רוי:פיריאטין
|
פּיריאַטין (אוקראַיִניש: Пирятин; פּויליש: Piratyn) איז אַ שטאָט אויפן ברעג פונעם טײַך אודײַ, אַ ראַיאָן-צענטער אין דער פּאָלטאַווער געגנט פון אוקראַינע. די באַפעלקערונג פון דער שטאט האָט באַטראָפן לויט אָנגאַבן פונעם אָנהייב 2011טן יאָר 16,146 נפשות, איבערהויפּט אוקראַיִנער.
צום ערשטן מאָל איז פּיריאַטין דערמאָנט געוואָרן אין אַזוי גערופענער "לאַוורענטיעווער כראָניק" אין 1154. ס'איז באַוווּסט, אַז אין אָנהייב 17טן יאָרהונדערט, ערב די פּרעות ת"ח-ות"ט האָט אין דעם שטעטל עקזיסטירט אַ ייִדישע קהילה. זי איז פאַרניכטעט געוואָרן אין 1648 בימי כמעלניצקי, אָבער שוין אין סוף פונעם 17 יאָרהונדערט האָבן ייִדן ווידער זיך באַזעצט אין פּיריאַטין.
אין 1802 האָבן אינעם שטעטל געוווינט 99 ייִדן, אין 1847 – 464 ייִדן, אין 1865 – שוין 1377 ייִדן, וועלכע האָבן באַטראָפן 30,7 פּראָצענט פון דער גאַנצער באַפעלקערונג. צו דער ערשטער פאָלקסציילונג פון רוסלאַנד אין 1897 איז די ייִדישע באַפעלקערונג פון דעם שטעטל אויסגעשטיגן ביז 3166 נפשות, וועלכע האָבן באַטראָפן 39,4 פּראָצענט פון דער גאַנצער באַפעלקערונג. אין 1906 איז אין פּיריאַטין אָרגאַניזירט געוואָרן אַ גרופּע פון פּועלי-ציון. אין 1910 האָט די ייִדישע באַפעלקערונג פון דעם שטעטל דערגרייכט 5692 נפשות. אין יענעם יאָר זײַנען אין פּיריאַטין געווען דרײַ שול, אַ ייִדישער בית-עלמין, צוויי פּריוואַטע ייִדישע קינדער-שולן פאַר ייִנגלעך און צווי פּריוואַטע ייִדישע קינדער-שולן פאַר מיידלעך און אַ תלמוד-תורה.
בעת דעם בירגער-קריג אויף אוקראַיִנע זײַנען אין פּיריאַטין פאָרגעקומען פילצאָליקע מאָרדטאַטן פון ייִדן. אין פעברואַר פון 1919 האָבן אין דעם שטעטל אײַנגעאָרדנט אַ פּאָגראָם די אוקראַיִנישע זעלנער פון פּעטליורע און זומערצײַט פון דעם זעלבן יאָר – די רוסישע זעלנער פון דעניקין. אין אָנהייב 1920 איז אין פּיריאַטין געשאַפן געוואָרן אַ קאָמיטעט צוהילף די קרבנות פון פּאָגראָמען. ס'איז געעפנט געוואָרט א ייִדיש יתומים-הויז. צו דעם יאָר האָט די ייִדישע באַפעלקערונג זיך פאַרקלענערט ביז 4506 נפשות. זינט די 20ער און ביז דער מיט פון די 30ער יאָרן פונעם פאָריקן יאָרהונדערט האָט אינעם שטעטל געאַרבעט אַ ייִדישע סאָוועטישע קינדער-שול אויפן נאָמען פונעם 1טן מײַ. ביזן סוף פון די 20ער יאָרן איז טעטיק געווען א יוגנטלעכע ציוניסטישע אָרגאַניזאַציע בראש מיט י.מאָגילעווסקי, מ.מאָרדוכאָוויטש און י.ראָזינסקי; עס זײַנען דערשינען צוויי ייִדישע האַנט-געשריבענע זשורנאַלן – "דער וועקער" אויף ייִדיש און "גאָלאָס טרודאַ" («Голос труда») אויף רוסיש. צוליב מאַסן-מיגראַציע אין אַנדערע, איבערהויפּט גרעסערע שטעט האָט די ייִדישע באַפעלקערונג ממשיך געווען זיך פאַרקלענערן: 4358 נפשות אין 1923, 3885 נפשות אין 1926 און 1747 נפשות אין 1939 (סך-הכל 12,7 פּראָצענט פון דער גאַנצער באַפעלקערונג).
דעם 18טן סעפּטעמבער 1941 איז פּיריאַטין אָקופּירט געוואָרן דורכן דײַטשישן מיליטער. אין אָנהייב 1942 איז געשאַפן געוואָרן א געטאָ (1,5 טויזנט ייִדן). דעם 6טן אַפּריל זײַנען דאָס רוב געטאָ-אסירים דערשאָסן געוואָרן אין אַ ריוו לעבן דעם דערבײַיִקן דאָרף טאַראַסיווקע. דעם 18טן מײַ 1942 איז דערשאָסן געוואָרן אַ גרופּע ייִדן, וועלכע האָבן ביז דעמלט זיך באַהאַלטן.
נאָכן זיג איבער די דײַטשן האָט אַ טייל לעבן-געבליבענע פּיריאַטינער ייִדן זיך אומגעקערט אין זייער היימשטעטל. אַ געוויסע צײַט איז טעטיק געווען אַ שול (די גאַס סאָוועטסקאַיאַ, 12) בראש מיטן רב ר' משה מאַשקאָוויטש. אין 1949 איז בײַם ריוו, וווּ עס זײַנען דערמאָרדערט געוואָרן די פּיריאַטענער ייִדן אײַנגעשטעלט געווען אַן אָבעליסק. הײַנט-צו-טאָג איז אין פּיריאַטין פאַקטיש אינגאַנצן ניט געבליבן קיין ייִדן.
וועבלינקען
וויקימעדיע פונדאציע פּראיעקטן |
---|
- יד-ושם וועגן א חסידת-אומות-העולם פון פּיריאַטין (אויף רוסיש)