סידרא איינגאס (אראביש: خليج سرت) איז אן איינגאס אינעם מיטלענדישן ים צפון פון ליביע. דער איינגאס איז ברייט 440 ק"מ, און ציט זיך אויס צווישן בענגהאזי אין מזרח און מיסוראטאה אין מערב. אין דעם איינגאס גייט אן טונפישפישעריי וואס איז א חשובע פרנסה פאר די איינוואוינער.