רוי:שכל

פון המכלול
ווערסיע פון 12:42, 22 נאוועמבער 2022 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

שכל אדער מיינונג איז די מעגליכקייט צו טראכטן כדי צו פארשטיין זאכן און באגריפן און באניצן דעם וויסן צו שאפן א באוואוסטזיין און פירן א לעבן אויף אייגענע געדאנקען. עס ליגט אין דעם אויך די מעגליכקייט פון מערקונג, פארשטאנד און זכרון. דאס איז שייך בעיקר מענטשן.

טראכטן אדער קלערן איז דער גייסטיקער פראצעס מיט וואס א מענטש טוט באהאנדלען די וועלט לויט זיינע צילן און באגערן.

ס'איז פאראן א לאַנגע טראדיציע פון פארשונגען אין פילאסאפיע, רעליגיע, פסיכאלאגיע און באנעם־וויסנשאפט וואס זוכט צו פארשטיין וואס איז טאקע שכל.

גייסטישע פענאמענען זענען גאנץ אנדערש פון פיזישע פענאמענען. אז איינער איז העכער פון א צווייטן, איז דאס א זאך וואס מען קען מעסטן, אבער ווען איינער איז פֿריילעכער פון א צווייטן קען מען דאס נישט מעסטן.