רוי:רבי שלמה שיינפעלד

פון המכלול
ווערסיע פון 12:43, 22 נאוועמבער 2022 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
רבי שלמה שיינפעלד

הרב ד"ר שלמה שיינפֿעלד (ד' אדר ה'תרע"ב - ד' אדר א' ה'תשמ"ד) איז געווען א רב אין לאנדאן און האט געראטעוועט טויזנטער יידן פון די נאציס ימ"ש.

ביאגראפיע

שלמה שיינפעלד איז געבוירן אין יאר תרע"ב אין לאנדאן צו זיין פאטער הר"ר אביגדור שיינפעלד רב פון דער עדת ישראל שול אין צפון לאנדאן. ער האט געלערנט אין דער נייטרא ישיבה אונטער הרב מיכאל בער ווייסמאנדל, מיט וועמען ער איז געבליבן בידידות עד סוף ימיו.

ווען ער איז געווען אלט 18 יאר איז זיין פאטער נפטר געווארן יונגערהייט. צו 22 יאר האט מען אים אויפגענומען אלס רב און ממלא מקום פון זיין פאטער. ער האט אויך איבערגענומען דעם אמט פון רבנישער פרעזידענט פון התאחדות קהלות החרדים, וואס זיין פאטער האט געגרינדעט אין תרפ"ו.

ער האט חתונה געהאט מיט יהודית, טאכטער פון הרב יוסף הערץ, הויפט-רב פון דער בריטישער אימפעריע.

אין תרח"ץ האט ער אויפגעשטעלט דעם "הויפט רב'ס רעליגעזע עמערגענץ ראט" אונטערן אויפזיכט פונעם בריטישן הויפט-רב, הרב יוסף הערץ, וואו ער האט געפירט זיין הצלה ארבעט. צווישן די יארן תרח"ץ און תש"ח האט ער געראטעוועט טויזנטער יידן אין צענטראל און מזרח אייראפע פון די הענט פון די רשעים.

ער האט געלייגט די יסודות פון תורה'דיגן חינוך אין לאנדאן.