רוי:רבי נפתלי האלבערשטאם (קשאנאוו)

פון המכלול
ווערסיע פון 12:29, 22 נאוועמבער 2022 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

רבי נפתלי האלבערשטאם זצ"ל (ה'תר"י - כ"ט תמוז ה'תרפ"ג[1]), רב אין קשאנאוו

אפשטאם

רבי נפתלי איז געבוירן אין יאר ה'תר"י (אומגעפער), צו זיין פאטער הרב דוד האלבערשטאם, דער קשאנאווער רב, א זון פון הרב חיים האלבערשטאם דער דברי חיים. און צו זיין מוטער מרת לאה זיסל צינץ, זי איז געווען אן אייניקל פון יד הקטנה. רבי נפתלי האט געגעסען קעסט ביים זיידען דער דברי חיים.

רבנות

אין יאר ה'תרנ"ג נאך די פטירה פון רבי נפתלי'ס פאטער, רבי דוד'ל קשאנאווער, האט זיך געשאפן אן ערנסטע פארמעסט איבער דעם רבנות אין קשאנאוו. לויט אנווייזינגן פון פאטער האט מען אויפגענומן רבי נפתלי אלס רב, די צאנזער חסידים אין שטאט האבען געהאלטן מיט רבי נפתלי, אויך זיין פעטער הרב יחזקאל שרגא האלבערשטאם דער שינאווער רב האט געהאלטען מיט רבי נפתלי, שטארק לויבענדיג אים, אלץ א פארצייטישער בעל הוראה וואס איז פעהאיג צו זיין רב אין סיי וועלכע גרויסע יידישע שטאט. דאגעגען האט געקאנדעדירט הרב יוסף אלימלך האלבערשטאם, א זון פון הרב משה האלבערשטאם, רבי נפתלי'ס א ברידער, די ראדאמסקער חסידים האבען געהאלטען מיט רבי יוסף אלימלך, אזוי אויך די רעגירונג'ס לייט. אין ענדע זענען ביידע געווען רב אין ביידע האבען געקריגען געהאלט. אין יאר ה'תרס"ז נאך די פטירה פון רבי יוסף אלימלך איז רבי נפתלי געווען אליין רב.

הסתלקות

רבי נפתלי איז נפטר געווארן כ"ט תמוז ה'תרפ"ג.

פאמיליע

רבי נפתלי האט געהייראט בזיווג ראשון א טאכטער פון הרב אברהם יהושע העשיל קאצנעלנבויגען רב אין טלוסט.

בזיווג שני האט רבי נפתלי געהייראט א טאכטער פון הרב משה האגער פון ראדאוויץ. זיינע קינדער:

רעפערענצן

  • י"ג אורות - סיפורים דערציילט דורך רבי יענקלי לייזער דער פשעווארסקער רבי - ארויס געגעבן דורך זיין אייניקל הרב יוסף נפתלי וואגשאהל, ה'תשנ"ד
  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
  1. אדער תרפ"ה סיי יג אורות אין סיי א.ל.ג.