רוי:נעקראפאל פון גיזע

פון המכלול
ווערסיע פון 12:29, 22 נאוועמבער 2022 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

29°59′N 31°8′E / 29.983°N 31.133°E / 29.983; 31.133 מאפעס, בילדער פון דער הייעך און נאך אינפארמאציע אויף דעם ארט

די זעקס פיראמידן אינעם נעקראפאל פון גיזע

דער נעקראפאל פון גיזע (אַראַביש: أهرامات الجيزة, "פיראמידן גיזע") איז אן ארכעאלאגישער ארט אויפן גיזע פלאטא, אויף דער פעריפעריע פון קיירא, עגיפטן. דער דאזיקער קאמפלעקס פון אוראלטע מאנומענטן שליסט איין די דריי פיראמיד קאמפלעקסן וואס מען רופט די "גרויסע פיראמידן", דעם מאסיוון סקולפטור באקאנט ווי דער גרויסער ספינקס, עטלעכע צווינטערן , אן ארבעטער דארף און אן אינדוסטריעלן קאמפלעקס. ער געפינט זיל עטלעכע 9 ק"מ (5 מייל) פון דער אלטשטאט גיזע אויפן נילוס, אומגעפער 25 ק"מ (15 מייל) דרום־מערב פונעם קיירא שטאט־צענטער.

דער גרויסער פיראמיד איז גערעכנט געווארן איינער פון די זיבן וואונדער פון דער וועלט. ער איז דער עלטסטער פון די אוראלטע וואונדערס, און דער איינציקער וואס שטייט נאך היינט. [1]

רעפערענצן

  1. אין דער מיטל אלטער האט דער שפאנישער פארער פעדרא טאפור געהאלטן אז זיי זענען די שפייכלערס פון יוסף. (פעדרא טאפור, Andanças e viajes)