רוי:מייקל פאקס
מייקל (מיכאל) פאקס (כ"א אדר, תרצ"ג - ט"ו אייר, תשס"ט; 8טן מערץ 1934 - 9טן מיי 2009) איז געווען א בריטיש-געבוירן ייד און ישראלדיקער אדוואקאט. ער איז געווען איינער פון די גרינדער פון הערצאג, פאקס מיט נאמן, די גרעסטע געזעץ פירמע אין ישראל.[1]
ביאגראפיע
מייקל פאקס איז געבוירן אין לאנדאן, ענגלאנד צו זיין פאטער סאם פאקס און זיין מוטער פריידא עלקא, א טאכטער פון ר' יוסף יצחק פערלמאן, דער פרנס פונעם סונדערלאנד בית המדרש. ער האט שטודירט יוריספרודענץ אין דעם לאנדאנער אוניווערסיטעט און געעפנט א פריוואטן פראקטיץ, פאקס מיט גיבאנס, אין לאנדאן, איידער ער האט אימיגרירט קיין ישראל אין 1968.[2] אין 1972 האט ער אויפגעשטעלט, מיט חיים הערצאג און יעקב נאמן, די געזעץ פירמע הערצאג, פאקס און נאמן, וואס איז היינט פון די גרעסטע פירמעס פון אדוואקאטן אין ישראל. ער האט געוואוינט אין הרצליה פיתוח. זיין ווייב איז שילא איזראעל, אויך אן אדוואקאט. זיי האבן נישט געהאט קיין קינדער.[2] ער איז נפטר געווארן שבת ט"ו אייר תשס"ט, נאָך א יארצענדלינג וואס ער האט געליטן פון יענער מחלה.[2]
לעגאלישע און זשורנאליסטישע קאריערע
פאקס איז געווען א מיטגליד פון דער אינטערנאַציאנאַלער אַדוואקאַטנשאַפט אַסאסיאַציע און דער יוריספרודענץ געזעלשאפט פון ענגלאנד און וועלס. ער איז געווען א מומחה אין קארפאראטיוון יוריספרודענץ., בפרט אין צונויפגאסן און קנינים און אינפראסטרוקטור אנטוויקלונג. ער איז געווען דער פארזיצער פון דער ישראל, בריטאניע און דער קאמאנוועלט אסאסיאציע (IBCA).
פאקס פלעג שרייבן א מאנאטלעכע קאלומנע פאר דער ענגלישער אויסגאבע פון דער ישראלדיקער צייטונג הארץ.[2]
Honours
אין 2003, Fox איז פאקס געווארן א מיטגליד פון דער ארדנונג פון דער בריטישער אימפעריע (MBE) צוליב זיין ביישטייערונג צו ישראל-בריטישע באציאונגען. [2]
פארעפנטליכע ווערק
- Mountains and Molehills, Essays 2003-2007, Weill Publishers
רעפערענצן
- ↑ Cashman, Greer Fay (March 18, 1997). "A friend who was like an older brother", זשערוסאלעם פאסט. דערגרייכט דעם 2007-01-17.
- ↑ 2.0 2.1 2.2 2.3 2.4 הספד, הארץ, דעם 10טן מיי, 2009
וועבלינקען
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!