רוי:מאנאוס

פון המכלול
ווערסיע פון 18:57, 27 נאוועמבער 2022 דורך בוט שרגא (שמועס | ביישטייערונגען) (קרדיט + קטגוריות)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

מאַנאַוס איז די הױפּטשטאָט פון דער פּראָװינץ אַמאַזאָנאַס אין בראַזיל. די שטאָט ליגט בײַם אײַנמינדונג פון די טײַכן נעגראָ און סאָלימאָיִנש. דער קלימאַט אין מאַנאַוס איז זײער הײס און פײַכט, און פאַר עטלעכע לײַט, אומדערטרעגלעך.

מאַנאַוס פלעגט זײַן זײער אַ רייכע שטאָט אינעם 19טן יאָרהונדערט צוליב דער קאַוטשוק-פּראָדוקציִע פון די גומי-בײמער װאָס װאַקסן אינעם אַמאַזאָנאַס-װאַלד. שפּעטער מיט דעם אַרײַנפיר פון גומי-בײמער אין בריטישער מאַלײַזיִע איז געװען די קאָנקורענץ אַזױ גרױס, אַז מאַנאַוס האָט אַ סך פון איר רײַכטום פאַרלױרן. די פּראָדוקציִע פון סינטעטישן גומי איז געװען דער סוף פון רײַכטום.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!