רוי:שמואל אייזיק מדאשיב

פון המכלול
ווערסיע פון 22:48, 27 נאוועמבער 2022 דורך בוט שרגא (שמועס | ביישטייערונגען) (קרדיט + קטגוריות)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

ר' שמואל אייזיק א רב. ער האט געוואוינט אין דאשיעוו, און געווען א חבר פון ר' יודל ממעדווידעווקא, ביידע זענען געווען תלמידים פון ר' פינחס קאריצער, דערנאך זענען זיי געווארן פייערדיגע תלמידים און חסידים פון ר' נחמן מברסלב.


געווען אמאל אין יאר ה'תקס"א אין חודש ניסן איז דער רוסישער קייסער פולוס געשטארבן, ער האט איבערגעלאזט צוויי קינדער איינער אלכסנדר, איינער ניקאליי, אלכסנדר איז געווען א פרייער דענקער און האט געוואלט אריינברענגען פרייהייט צווישן די מאסן, וואס וואלט גוט געווען פאר די אידן, אבער עס וואלט דאן געהערשט א גייסט פון פרייהייט קעגן דער תורה, ניקאליי איז געווען א גלויביגער און געוואלט אלע אידן זאלן ווערן קריסטן, עס איז דאן געווען חילוקי דעות צווישן די צדיקים, אין יענער צייט נאך פסח האט ר' נחמן אויך גערעדט דערפון, פלוצלונג האט זיך אויפגעמאכט די טיר, און עס איז אריינגעלאפען זיין תלמיד ר' שמואל אייזיק פון דאשיעוו, פון גרויס ליבשאפט צו זיין רבין איז ער אראפ געפאלן אויף דער ערד און גע'חלש'ט, ר' נחמן האט דאן געזאגט אז פון אים פרעגט מען אויך אין הימל ווער עס זאל ווערן קייסער.

דער סוף איז געווען אז אלכסנדער איז דאן געווארן קיסר, ער איז געווען קעניג זעקס און צוואנציג יאר ביז יאר ה'תקפ"ז, דאן איז ער געשטארבן און זיין ברודער ניקאליי האט אים איבערגענועמן, ער איז געווען דער וואס אריינגעשטעלט די חאפערס, ווען מען האט געחאפט יונגע קינדער פון זייערע היימן צו די רוסישע מיליטער, ר' שמואל אייזיק האט דאס נישט אויסגעהאלטן, ער ווערט פארציילט אז אין יענעם יאר תקפ"ז האט ר' שמואל אייזיק געזאגט ביי הקפות "אדער איך אדער ער". ער איז טאקע אוועק פון דער וועלט יענע יאר.

די סיבה פאר וואס ר' שמואל אייזיק איז אראפ געפאלן און גע'חלש'ט איז צוליב א אינטערעסאנטער חלום.

דער אינטערעסאנטער חלום

אין יענער צייט ווען ר' שמואל אייזיק האט אנגעהויבן פארן צו ר' נחמן, האט זיך אים גע'חלום'ט א אינטערעסאנטער חלום, ווי ער שטייט אין א וואלד, וואס איז געווען זייער טיף, ער האט נישט געטראפען דעם וועג ארויס, אינמיטן באגעגנט ער א מענטש וואס האט א שווערד פון צוויי שארפן, ר' שמואל אייזיק האט זיך זייער געשראקען אבער דער מענטש האט אים געזאגט האב נישט קיין מורא קום מיט מיר, ר' שמואל אייזיק איז מיט געגאנגען מיט אים ביז זיי זענען געקומען צו א גרויס הויז אין דעם פעלד, האט אים דער מענטש געזאגט: גיי אריין אין די שטוב, די וועסט זעהן אסאך מיני שווערדן אלע סארטן קליינע און גרויסע, די האסט רשות צו נעמען וואס פאר א שווערד די ווילס, אבער די דארפט וויסן וויאזוי זיך באנוצען מיט דעם שווערד, די מוזט דיך דערמיט באנוצען אויף מיטלן וועג בדרך הממוצע, ר' שמואל אייזיק איז אריין און דארט אהנגעטראפן א אלטער איד וואס האט אים געזאגט די קענסט נישט נעמען פון דא קיין שווערדט ביז די וועסט דיך גיט באקוקען צו די די ביסט ריין פון פלעקן אין דעם גוף און אין דיין ברית קודש, דעמאלטס וועסטו וויסן וויאזוי אנצוכאפון דעם שווערד פון דא, אינמיטן רעדן האט אים ארום גענומען אסאך טונקעלע וואלקענעס, האט אים דער אלטער איד ארויסגעשיקט פון דער הויז און האט אים געזאגט די ביסט נאך נישט ראוי צו נעמען פון דא א שווערד צוליב די וואלקענעס וואס נעמען דיך ארום, גיי ווייטער ביז די וועסט קומען אינמיטן פונעם דעם פעלד, דארט שטייט א שיינער הויז, דערין זיצט איינער וואס קען פערפעסיאנעל שארפן מעסער'ס, אויך וועסטו דארטן געפונען דער פריערדערמאנטער מענטש וואס האט געהאלטן דעם שרעקעדיגער שווערד מיט צוויי שארפן, ער ווייסט וויאזוי צו האלטן א שווערד, ער דארף אויך אהין קומען צו שארפן זיין שווערד ביים דעם פערפעסיאנעלער שארפער, אבער עס איז א ספק צו דער פערפעסיאנעלער וועט דיר עפענען זיין טיהר די זאלסט קענען אהין אריין גיין. אט דאס אלעס האט ר' שמואל אייזיק גע'חלום'ט.

ר' שמואל אייזיק האט זיך זייער דערשראקן פון דעם חלום, און האט מחליט געווען ער וועט גיין צו זיין נייעם רבי' ר' נחמן און אים עס פארציילן, ווען ר' שמואל אייזיק איז אריין געקומען אין שטאט זלאטיפולי האט ער געפרעגט עטליכע מענטשן ווי וואוינט ר' נחמן ? זאגן זיי אים די גייסט צו ר' נחמן די ווייסט דען נישט אסאך מענטשן קריגן אויף אים, און מען האלט נישט פון אים ? ר' שמואל אייזיק האט זיך דערמאנט אז אין חלום האט מען אים געזאגט " עס איז א ספק צו מען וועט דיר עפענען די טהיר די זאלסט קענען אהין אריין גיין", האט ער זיך געשטארקט און איז שנעל געלאפן צו ר' נחמן, תיכף וואו ער איז אריין געקומען איז ער געבליבן פאר'חלש'ט.

אין יענע צייטן האט ר' נחמן געזאגט די וואונדערליכע תורה אין זיין ספר ליקוטי מוהר"ן ח"א סי' ב', וואס דארט שטייט דער פירוש אויף דעם אויבענדערמאנטן חלום.

ר' נחמן האט אים אויסגעלערנט א ספעציעלער וועג צו מאכן התבודדות. ער האט אים געזאגט אזוי, די זאלסט מסביר זיין פאר דיינע אברים אז די וועלט איז גארנישט, מען קען נישט צוקומען צו די גוטסקייט פון די וועלט, ווי מער מען געט זיך נאך די תאוות אלץ מער איז ביטער, מען דארף אנטלויפן פון די וועלט, אזוי זאלסטו מסביר זיין פאר דיין הארץ פאר דיי מוח פאר דיינע אויגן.

ר' נחמן האט אים אנגעכאפט ביים הארץ און אים געזאגט: איבער א ביסל בלוט זאלסטו אן ווערן די וועלט און יענע וועלט, קרעכטץ זיך אויס.

א שטיק צייט דערויף איז ער געקומען פאר זיין רבי ר' נחמן און אים געזאגט ער רעדט צו זיינע אברים אדער זיי הערן נישט, ער איז זיי מסביר אבער זיי ווילן נישט וויסן דערפון, זיי ציען נאך די וועלט, זאגט אים ר' נחמן זארג נישט די רעדט צו זיי אלע טאג זיי מסביר אז די וועלט איז נישט, עס איז א שאד נאכלויפן די אלע תאוות, ער האט געפאלגט און האט זיך אזוי געפירט, ער איז דערמיט דערהויבן געווארן צו א גרויסער מעלה, ער פלעגט רעדן צו זיינע אברים און זיי האבן זיך אפגעשדיידט פון אלע נארישקייטן, אזוי ווייט אז ווען ער האט גערעדט צו א אבר וואס די חיות הענגט אין דעם ווי דער הארץ און לונג האט ער נישט צו לאנג געקענט רעדן צו זיי ווייל ער איז פאר'חלש'ט געווארן פון גרויס דביקות.

מען פלעגט אים טרעפן ליגן פאר'חלש'ט אין פעלד.

ווערן ר' שמואל אייזיק און זיין חבר ר' יודל ממעדווידעווקא זענען דערנענטערט געווארן צו זיין רבי ר' נחמן, פלעגן זיי אסאך קומען פון זייער שטאט פון דאשיב צו ר' נחמן קיין מעדווידעבווקא, אמאל האט זיי געזאגט מיר האבן אזא רבי און מיר וואוינען אזוי ווייט? מיר מוזן קומען נענטער, און זיי מיט זייער משפחה זענען גלייך געקומען וואוינען קיין מעדווידעווקא צו זיין נאנט צו ר' נחמן. זיי פלעגן אריין גיין צו אים יעדן טאג, ר' נחמן האט זיי זייער ליב געהאט. ר' נחמן האט זיי נאכדעם אמאל געזאגט אז ער גלוסט צוריק צו די צייטן ווען זיי פלעגן קומען אויף די וועגן צו אים פון דאשיעוו, ער האט זיי געזאגט אז פון יעדער טריט וואס זיי האבן געגעבן צו פארן צו אים איז באשאפען געווארן א מלאך, האבן זיי געפרעגט און וואס איז מיט די אלע אנדערע פלאגענישן וואס מיר האבן געהאט ביז מיר האבן זיך געלאזט צו אייך און וועג, זיכען א בעל עגלה, זיך צוגרייטן צום וועג, האט זיי ר' נחמן געזאגט, דאס איז אויך אין דעם כלל פון יעדער טריט איז באשאפן געווארן א עקסטער מלאך.

זיין דאווענען איז געווען מיט התלהבות און ברען, יעדעס יאר ערב ראש השנה אין אומאן האט ער געקריגן פון זיינער א חסיד נייע קליידער, ר' שמואל אייזיק האט דאס אנהגעטוהן און זיך געשטעלט דאוונען, ער האט געדאווענט א גאנץ ראש השנה אין א צו, שמונה עשרה פון ראש השנה האט אים גענומען איבער זעקס שעה, ביים סוף פון טאג זענען אלע נייע קליידער געווען צוריסן.

נאכן הסתלקות פון זיין רבי'ן ר' נחמן האט ער אנגעפירט א חבורה וואס זענען געווען זיינע תלמידים. צווישן זיי איז געווען ר' צבי אריה מברסלב דער זון פון ר' אהרן מברסלב.

ער איז אוועק אין יאר ה'תקפ"ז.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!