רוי:שלמה גאלדין

פון המכלול
ווערסיע פון 12:42, 22 נאוועמבער 2022 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

 

שלמה גאָלדין (ענגליש: Solomon Dingol; ‏15טן מערץ 1887, ראָגאַטשאָוו, ווײַסרוסלאַנד – 12טן יוני 1961, ניו-יאָרק) איז געווען אַן אַמעריקאַנער ייִדישער זשורנאַליסט, דראַמאַטורג און געגעלשאַפטלעכער טוער.

לעבנס-געשיכטע

שלמה גאָלדין איז געבוירן געוואָרן אין אַ חסידישער משפּחה אינעם שטעטל ראָגאַטשאָוו (דעמאלט – אין באַשטאַנד פון דער רוסלענדישער אימפּעריע, איצט – אין באַשטאַנד פון דער האָמלער געגנט פון ווײַסרוסלאַנד). ער האָט באַקומען אַ טראַדיציִאָנעלן ייִדישן חינוך, זיך געלערנט אין אַ ישיבה אין ווילנע. שפּעטער האָט ער שטודירט עקאָנאָמיק, ליטעראַטור און פילאָסאָפיע אינעם אוניווערסיטעט פון בערן, שווײַץ.

זינט 1908 האָט שלמה גאָלדין געוווינט אין לאָנדאָן, אַרבעטנדיק אין ייִדישע פּעריאָדישע אויסגאַבעס. אין 1916 האָט ער עמיגרירט קיין פש"א, זיך באַזעצט אין ניו-יאָרק און אָנגעהויבן אַרבעטן אין רעדאַקציע פון דער צײַטונג "ייִדישע טאַגעבלאַט". זינט 1920 האָט שלמה גאָלדין געאַרבעט אין דער רעדאַקציע פון דער צײַטונג "דער טאָג". אין 1947 – 1953 איז ער געווען דער רעדאַקטאָר פון דער צײַטונג. אין 1953 האָט "דער טאָג" זיך פאַרייניקט מיט דער צײַטונג "מאָרגן-זשורנאַל", און זינט דעמלט ביזן סוף פון זײַן לעבן האָט שלמה גאָלדין רעדאַגירט די פאַרייניקטע צײַטונג "דער טאָג-מאָרגן-זשורנאַל". חוץ דעם האָט שלמה גאָלדין אָנגעשריבן צוויי פּיעסן: "דער נדר" (1920) און "פרעמד בלוט" (1922).

ער איז געווען דער וויצע-פּרעזידענט פון HIAS און אַ מיטגליד פון דער פאַרוואַלטונג פונעם ייִוואָ-אינסטיטוט.


וועב-לינקען