רוי:ריח דודאים

פון המכלול
ווערסיע פון 12:40, 22 נאוועמבער 2022 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
טעקע:RyachDieduim.jpg
דער שער בלאט פון ספר ריח דודאים, ירושלימער אויסגאבע

ריח דודאים איז א ספר געשריבן געווארן דורך רבי צבי אלימלך שפירא זצ"ל, רב אין דינאוו באקאנט אלס דער בני יששכר

דער מחבר

רבי צבי אלימלך שפירא זצ"ל איז געבוירן אין יאר ה'תקמ"ג (אומגעפער), און איז נפטר געווארן י"ח טבת ה'תר"א. זיין פאטער איז געווען רבי פסח לאנגזאם, מ'האט אים גערופן רבי פסח יאווארניקער, זיין מוטער רחל מינא איז געווען א ניכטשע פון רבי אלימלך פון ליזשענסק. רבי הערש מיילך איז געווען רב אין צען פארשידענע שטעט: דינאוו, ריבאטוטש, סטריזשעוו, לאנצהוט, קאלאמיי, האלאשיץ, בערטש, דזשילבערץ, דיבעצק, מונקאטש, נאכהער צוריק אין דינאוו.

רבי הערש מיילך האט געשריבן אסאך ספרים, אויסער דעם ספר ריח דודאים איז נאך באקאנט: אגרא דכלה, אגרא דפרקא, אזהרות מהרצ"א, בני יששכר, ברכה משולשת, דברים נחמדים, דרך עדותיך, דרך פקודיך, הגהות והוספות מהרצ"א, הגהות מהרצ"א, הלכות ותקנות, והיה ברכה, חדושי בני יששכר, חדושי מהרצ"א, טעמי המצות, כלי הרואים, לקוטי מהרצ"א, מגיד תעלומה, מעין גנים, סדר הקרבנות, רגל ישרה, תקנות תמכין דאורייתא

אינהאלט

דער ספר ריח דודאים איז א פירוש אויף מסכת מגילה אויפן סדר פון די דפים, אפצולערנען פשט אין גמרא רש"י און תוספות, ווי אויך אויף פארשידענע ערטער חסידישע געדאנקען.

אויסגאבעס

חלק א'

אויסער די אויסגאבעס, איז דער ספר ריח דודאים פארשידענע מאל ארויסגעגעבן געווארן, פאטאגראפירט פון אן אנדער אויסגאבע.

הסכמות

רעפערענצן

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
  • בית עקד ספרים

מוסטער:ספרי בית דינאוו