רוי:רבי פנחס העשל
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
רבי פנחס העשל זצ"ל (ה'תרל"ב - ז' שבט ה'תרע"ו), פון זשינקאוו.
אפשטאם
רבי פנחס איז געבוירן אין יאר ה'תרל"ב, צו זיין פאטער הרב חיים מנחם העשל פון זשינקאוו, א זון פון הרב משולם זוסיא העשל פון זשינקאוו, א זון פון הרב יצחק מאיר העשל, פון זשינקאוו, א זון פון הרב אברהם יהושע העשל, רב אין אפטא, דער "אוהב ישראל".
רבנות
אין יאר ה'תרנ"ג - אין עלטער פון איין און צוואנציג יאר - נאך זיין פאטער'ס פטירה איז רבי פנחס געווארן דער ממלא מקום פון פאטער אין זשינקאוו.
הסתלקות
רבי פנחס איז נפטר געווארן יונגעהייט אין אדעס ז' שבט ה'תרע"ו, און ער ליגט אין אדעס.
פאמיליע
רבי פנחס האט געהייראט מרת מלכה א טאכטער פון הרב יצחק פרידמאן פון באהוש. זייערע קינדער:
- הרב אברהם יהושע העשל, פון זשינקאוו.
- הרב חיים יצחק העשל, פון זשינקאוו.
- מרת בלומא רייזיל, די ווייב פון הרב יעקב אריה טווערסקי (ה'תרמ"ה - הושענא רבה ה'תש"ם), פון לאנדאן און בני ברק, א זון פון הרב מרדכי זוסיא טווערסקי, פון האצעליס-יאס.
- מרת חיה שרה סימא ( - ט' כסלו ה'תשל"ח), די ווייב פון הרב יעקב דוד פרידמאן (ה'תרנ"ב - כ"ב מנחם אב ה'תשט"ו), פון פאשקאן און יפו.
זעט אויך
רעפערענצן
- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
- נר ישראל ח"ו בערכו (51)