רוי:משה שרת

פון המכלול
ווערסיע פון 19:58, 27 נאוועמבער 2022 דורך בוט שרגא (שמועס | ביישטייערונגען) (קרדיט + קטגוריות)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
משה שרת
מדינה Flag of Israel.svg מדינת ישראל
לערנארט לאנדאנער שולע פון עקאנאמיק
ווייב ציפורה שרת
2'טער פרעמיער מיניסטער פון ישראל
26 יאנואר 19543 נאוועמבער 1955
1'טער אויסערן מיניסטער
14 מאי 194819 יוני 1956
כנסת דעפוטאט
14 פעברואר 19497 יולי 1965

משה שרת (שערטאק) (15טן אקטאבער 1894 - 7טן יולי 1965) איז געווען אויסערן מיניסטער פון ישראל, פון 1948, ביז ווען דוד בן-גוריון, האט רעזיגנירט פון דער פרעמיערשאפט.

ער איז געווען דער צווייטער פרעמיער מיניסטער, פון 1954 ביז 1955, ווען די פרשה פון פנחס לבון איז באוואוסט געווארן. דעמאלט איז ער געצווינגען געווען אפטרעטן פון אמט, און בן-גוריון איז צוריק געקומען צו דער מאכט.

דער באנקנאט פון צוואנציק נייע שקל האט אמאל געהאט זיין בילד.

לעבנגעשיכטע

ער איז געבוירן דעם 15טן אקטאבער 1894, אין דער שטאט כערסאן אין אוקראינע, צו זיין פאטער יעקב שערטאק און פניה לעוו. אין יאר 1906 איז ער געקומען מיט זיין פאמיליע קיין ארץ ישראל, וואו זיי האבן געוווינט אין אן אראביש דארף, צפון פון ראמאללא, און אין יפו, וואו ער האט זיך אויסגעלערנט אראביש, פאר דעם ערשטן וועלט קריג, האט ער געלערנט געזעץ אין אוניווערסיטעט אין סטאמבול, און ביי דער מלחמה איז ער געווען א זעלנער אין דער טערקישער ארמיי.

נאך דער קריג האט ער אטייל גענומען אינעם פאליטיק, און ער האט געלערנט עקאנאמיק אין לאנדאן, אין 1931, איז ער געווארן פארטרעטער פון חיים ארלאזאראוו, און ווען ארלאזאראוו איז אומגעברענגט געווארן, האט ער פארנומען זיין ארט, אלס הויפט פון לאנדס אפטיילונג פון דער יידישער אגענטור, וואס איז געווען דער אויסערן פאליטיק פונעם ישוב אין ארץ ישראל.

ביי דער דעקלעראציע פון ישראל איז ער געווארן אויסערן מיניסטער, אינעם איבערגאנגס רעגירונג ביז צו די וואלן, און אויך נאכדעם ביז ווען ער איז געווארן פרעמיער, און נאכדעם איז ער צוריק געווארן אויסערן מיניסטער ווען ער האט אפגעטרעטן פון בענקל.

אין 1956, ביי דער סיני מלחמה, האט ער געשטימט קעגן דעם קריג, און דערפאר האט מען אים אויפגעזאגט פון אמט, און איז געבליבן פון בן-גוריונ'ס געשוווירענע פיינט.

ער איז נפטר געווארן אין יאר 1965, און ער איז באגראבן אין טרומפלדאר בית עלמין אין תל אביב.

משפחה

ער מיט זיין ווייב צפורה מאיראוו האבן געהאט דריי קינדער, יעקב שרת, יעל מדיני, און חיים שרת.


מוסטער:פרעמיער מיניסטארן פון ישראל

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!