רוי:רבי משה אריה באמבערגער

פון המכלול
ווערסיע פון 19:55, 27 נאוועמבער 2022 דורך בוט שרגא (שמועס | ביישטייערונגען) (קרדיט + קטגוריות)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

הרב משה אריה באמבערגער (געבוירן תש"ד - י"ח אדר א' תשע"ד) איז געווען אב"ד פון דער חרדישער קהילה אין מעץ, פראנקרייך במשך 42 יאר. ער איז געווען א מיטגליד אין דעם ראט פון אייראפעישע רבנים און צענדליגע יארן איז ער געווען ראש ישיבה פון דער "שאגת אריה" ישיבה אין מעץ. אויך האט ער געפירט א כשרות ארגאניזאציע.

הרב משה אריה איז געווען א זון פון הרב יצחק דוב באמבערגער פון שענלאנקע, און אן אייניקל פון הרב זעליגמאן בער באמבערגער פון ווירצבורג, דער "יד הלוי". ער האט געלערנט אין קול תורה און אין דער גייטסהעדער ישיבה. ער האט געהייראט די טאכטער פון רבי גרשון קאהען, דער מנהל פון עקס-לע-בען ישיבה.

זיין זון הרב אברהם דוד פאלגט אים נאך ווי ראש ישיבה אין מעץ. מוסטער:רב-שטומף

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!