רוי:מייקראסאפט
|
מייקראסאפט (ענגליש: Microsoft) איז אן אמעריקאנישע מולטינאציאנאלע קאמפיוטער טעכנעלאגיע פירמע. מיט יערליכע איינקונפט פון $44.28 ביליאן און פארמאגט איבער 76 טויזנט ארבעטער אין 102 לענדער. זי מאכט און אנטוויקעלט פארשידנארטיגע קאמפיוטער סאפטוועיר פראגראמען, אריינגערעכנט די זייער פאפולערע ווינדאס און אפיס פראגראמען.
זי איז הויפטקוואטירט אין סיאטעל, וואשינגטאן.
אין רעאליטעט איז מייקראסאפט נישט מער ווי א קאמפיוטער ווייכווארג פירמע וועלכע האט אויסערגעווענליך מצליח געווען צווישן אנדערע סאפטוועיר פירמעס וועלכע האבן אלע געשטרעבט פאר דאס זעלבע אין א צייט ווען קאמפיוטערס זענען נאך נישט געווען אין אלע אפיסעס און ביי יעדן אינדערהיים. אבער טאקע אין די אינדוסטרי ליגט די געלט ווען מייקרסאפט האט פארכאפט די מארקעט און זיך אנטוויקעלט צו אן אימפעריעל פירמע נישטא זיינס גלייכן. מער ווי 90 פראצענט פון אלע קאמפיוטערס אין די וועלט לויפן אויף מייקראסאפט פראגראמען און אפעראציע סיסטעמען, א חלום וועלכע מייקראסאפט אליינס האט זיך קיינמאל ווען נישט געקענט אויס'משל'ן מיט 20 יאר צוריק.
מייקראסאפט'ס ערשיינונג
מייקראסאפט איז געגרינדעט געווארן אין 1975 דורך ביל גייטס און זיין שותף פאל אלען אלס "מייקרא-סאפט" זיי האבן אנטוויקלט און פארקויפט א בעסיק פראגראמינג שפראך פאר מיקרא קאמפיוטערס.
א קאמפיוטער אין יענע צייטן איז געווען א גרויסע מאשין וואס מען האט גערופן א מיינפריים וועלכע האט פארנומען א גאנצע צימער און אמאל עטליכע צימערן נאר גאר גרויסע פירמעס האבן זיך ערלויבט אזא קאמפיוטער, די מיינפריים מארק איז געווען בעיקר קאנטארלירט ביי איי.בי.עים די קליינע קאמפיוטער'ס וואס מען האט גערופען די מייקרא קאמפיוטער'ס זענען בעיקר געווען פאר העקערס און קאמפיוטער ליבהאבער עס איז נישט צו נוצבער, עס זענען געווען עטליכע קליינע פירמעס וואס האבן דאמינערט די אינדוסטרי, און האבן געזוכט צו אנטוויקלן א פערזענליכע קאמפיוטער פאר אינדיווידועלן וועלכע זאל זיין קליין און קענען טאן אלע הויפט פונקציעס וועלכע מען האט אין יענע צייטן ערווארטעט פון א קאמפיוטער.
איי-בי-עם וואס איז בעיקר געווען א מיינפריים ביזנעס האט נישט צופיל געגלייבט און די מיקרא קאמפיוטער'ס, אבער זיי האבן נישט געוואלט בלייבן אונטערשטעליג האבן זיי געמאכט א סעציפעילן טיעם צו אנטוויקעלן א פערזענליכע מיקרא קאמפיוטער בעיקר פאר היים באנוצער מייקראסאפט האט קודם נאר געוואלט צושטעלן זייער בעסיק פראגראמירן שפראך פאר איי-בי-עם, און פאר אן אפערירן סיסטעם האבן זיי געשיקט איי-בי-עם צו אן אנדערע פירמע וועלכע האט אנטוויקעלט אן אפערעיטינג סיסטעם מיט'ן נאמען סי-פי-עם. אבער די צוויי פירמעס זענען זיך נישט דורכגעקומען, האט איי-בי-עם געגעבן א קאנטראקט פאר מייקראסאפט צו שרייבן אן אפערירן סיסטעם.
מייקראסאפט האט קודם פראבירט צו שרייבן אן אייגענעם אפערירן סיסטעם, אבער אזוי ווי עס שוין געווען צו שפעט צו פארטיגן אן אפערעיטינג סיסטעם צו דעדליין וואס איי.בי.עים. האט געוואלט ארויס קומען מיט זייער קאמפיוטער, האט מייקראסאפט געטאן א קלוגע שריט און האט געקויפט אן אפערעיטינג סיסטעם פון א צווייטע פירמע וועלכע זי האט געטראכט איז גענוג גוט פאר איי-בי-עם פאר $50,000 און דאס ווייטער פארקויפט פאר איי-בי-עם פאר $80,000. אבער מייקראסאפט האט געהאלטן די לייסענינג רעכטן פאר זיך, דער פרייז איז געווען א ביליגער און ווי גייטס האט שפעטער געזאגט האט ער דאס דווקא אזוי געטאן ווייל ער האט געוואלט מיט דעם צופרידן שטעלן איי-בי-עם און ער האט געוואלט פארבלייבן מיט די לייסענינג רעכטן. דאס האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין מייקראסאפט'ס געלונגענסטע שריט ווייל אויב זי וואלט ארגינעל פארקויפט די אפערעיטינג סיסטעם פאר איי-בי-עם וואלט איי-בי-עם איבערגענומען די לייסענינג רעכטן וואס מיינט אז איי-ביעם וואלט געשטאנען דארט ווי מייקראסאפט שטייט היינט.
פון דארט און ווייטער האט מייקראסאפט זיך באלד גענומען צו די עבודה און האט אנגעהויבן אנטוויקלן א גראפיק געבויטע אפערעיטינג סיסטעם וועלכע זי האט געוואוסט וועט זיין דער צוקונפט פון קאמפיוטער.
ווינדאוס ווערט געבוירן
עפל איז געווען די ערשטע אינדרויסן מיט איר מעק קאמפיוטער וועלכע איז באלד פארכאפט געווארן אויף די מארקעט און איי-בי-עם האט געארבעט מיט איר גאנצ'ן אימפעט בייצוקומען עפל. אבער ביל גייטס האט געשעפט נחת און כאטש ער אליינס האט אויך געציטערט פון עפל איז ער אבער געווען רואיג אז זיין צוקונפטע קאמפ וועט זיין מיט עפל און נישט מיט איי-בי-עם וועלכע איז געווען א רייכע גרויסע פירמע.
איי-בי-עם האט נישט געקענט אנגיין ווייטער אן די הילף פון מייקראסאפט און האט געקויפט פון איר סאפטוועיר און פראדוצירט קאמפיוטערס ווען אין דער זעלבער צייט האט ביל גייטס אליינס געארבעט אויף אן אפערעיטינג סיסטעם וועלכע איז נישט געווען קיין סוד און עווענטועל האבן די צוויי פירמעס זיך צעקריגט און מייקראסאפט איז זיך געגאנגן איר אייגענע וועג איבערלאזנדיג איי-בי-עם אויפ'ן וואסער.
אויף די מארקעט האבן עפל און איי-בי-עם קאנקורירט מיט ציין און נעגל און מייקראסאפט האט שטילערהייט אנטוויקעלט א געלונגענע אפערעיטינג סיסטעם וועלכע איז שפעטער געווארן די פאפולערע ווינדאוס 95.
ווען מייקראסאפט איז שוין געווען נאנט צו איר ציל איז אנטוויקעלט געווארן די אינטערנעט און א פירמע מיט'ן נאמען נעטסקעפ איז ארויפגעשווימען אויף די מארקעט און האט אוועקגעגעבן א אינטערנעט בראוסער סאפטוועיר פאר אומזיסט צו פראמאטירן אירע אנדערע פראדוקטן. מייקראסאפט איז געווען געצווינגן נאכצוטאן די זעלבע און האט אנטוויקעלט די אינטערנעט עקספלארער בראוסער וועלכע זי האט אויך אוועקגעגעבן פאר אומזיסט.
ווען ווינדאוס 95 איז ארויסגעקומען האט דאס געשאקעלט די וועלט און מייקראסאפט האט אנגעהויבן שארן גאלד וויבאלד זי האט דאס געלייסענסט פאר יעדן וואס האט געמאכט קאמפיוטער מאשינען, אריינגערעכנט איי-בי-עם וועלכע האט נישט געהאט קיין צווייטע ברירה, אויב זי האט געוואלט בלייבן אין די קאמפיוטער ביזנעס. עפל איז געווען די גרעסטע קרבן ווען מייקראסאפט האט איר מער-ווייניגער אפגעווישט פון די מאפע ווערנדיג א טייל פון כמעט יעדע קאמפיוטער אויף די וועלט.
שליסלן צו סוקסעס
היינט צו טאג ווען מייקראסאפט איז שוין אזא גרויסע פירמע איז איר שוין גרינג צו שפילן די מארקעט און מאכן זיכער אז זי איז שטענדיג פאראויס פון יעדן. אין איר יערליכע פינאנציעלע באריכט האט מייקראסאפט ענדע יאר געוויזן אז זי האט 38 ביליאן דאלאר אין קעש וואס איז א סומע וואס קיין איין אנדערע פירמע פארמאגט נישט און זי קען דאס נוצן צו מאכן א באלדיגע טויש אין איר פירמע אויב עס פעלט אויס. מייקראסאפט האט גענוג געלט צו קענען בייקומען אזעלכע גרויסע פירמעס ווי איי-בי-עם און די קלענערע קאנקורענטן ווי נעטסקעפ אדער גאנץ לעצטענס פייערפאקס. קליינע פירמעס קומען כסדר אויף מיט נייע געדאנקן אבער עס נעמט נישט לאנג ביז מייקראסאפט מאכט די זעלבע זאך אדער נאך אביסל בעסער און דאס איז אלעס נאר א דאנק זי האט אזויפיל געלט צו מאכן זאכן פארן שנעל.
נאך א סיבה וויאזוי מייקראסאפט קען אזוי שנעל נאכטאנצן איז צוליב די עצם נאטור פון אנטוויקלן סאפטוועיר. זי דארף נישט בויען קיין פליגער אדער וואלקן קראצער נאר נעמט א גרופע עקספערטן און צאלט זיי צו מאכן סאפטוועיר, א זאך וואס יעדער קען טאן אויב מען האט די כשרונות און די געדאנקן.
מייקראסאפט איז באקאנט צו זיין א העכסט ארגאניזירטע פירמע מיט ארבייטער וועלכע זענען טרענירט צו ארבעטן העכער די ראמען אויב עס פעלט אויס. ווען עס קומט צו אויפנעמען ארבייטער וועט די פירמע שטענדיג זיכער מאכן צו טרעפן געלונגענע ארבייטער וועלכע זענען גרייט צו גיין מער ווי א דורכשניטליכער ארבייטער.
מייקראסאפט פראדוקטן
זינט מייקראסאפט'ס אפערעיטינג סיסטעם לויפט אויף כמעט אלע קאמפיוטערס איבער די וועלט האט זי א גרויסע אויבערהאנט ווען עס קומט צו סאפטוועיר און אפילו צו הארדוועיר אדער אנדערע פראדוקטן. די פירמע'ס הויפט ביזנעס איז נאך היינט די ווינדאוס אפערעיטינג סאפטוועיר וועלכע ווערט שטענדיג מער און מער פארגעשריטן מיט די ערשיינונג פון נייע ווערסיעס יעדע עטליכע יאר.
אויסער ווינדאוס איז זי זייער גרויס אין סערווער סיסטעמען פאר ביזנעסער און פארקויפט מיליאנען קאפיס פון צענדליגער סארטן סאפטוועיר פון וועלכע טייל פון זיי איז געווארן א סטאנדארט צווישן קאמפיוטער באנוצער פאר די פראיעקטן צו וועלכע זיי זענען געמאכט. מייקראסאפט פארקויפט אויך פארשידענע הארדוועיר וועלכע זי לאזט פראדוצירן אונטער איר נאמען.
אין די פירמע'ס היסטאריע האט זי נאך נישט געליטן קיין ערנסטע דורכפאלן און כאטש אנדערע פירמע'ס האבן איר פרובירט צוברעכן לעגאל איז עס נישט געגאנגן אפילו ווען מייקראסאפט האט פארלוירן און געברויכט באצאלן פאר די שאדענס וואס זי האט געטאן. פארשידענע פירמעס האבן פרובירט קלאגן מייקראסאפט איבער איר מאנאפאלי אין שפיץ פון נעטסקעפ וועלכע מייקראסאפט האט צעמאלן מיט פארשידענע טאקטיקן. מייקראסאפט האט פארלוירן אין געריכט און געברויכט צאלן גרויס קנס אבער די פירמע איז נישט בארירט געווארן און איז זינט דעמאלט נאר געוואקסן.
מייקראסאפט האט אין די לעצטע יאר פארדינט באלד 45 ביליאן דאלאר און האט פיל-פאכיג פארמערט אירע קליענטן א דאנק וואס דריטע וועלט לענדער הייבן אן אריינקומען אין די קאמפיוטער וועלט און ווער רעדט נאך פון כינע וועלכע וואקסט זייער שנעל עקאנאמיש און איר פארלאנג פאר קאמפיוטערס איז גאר גרויס. די צוויי שותפים ביל גייטס און פאול אלען זענען די רייכסטע און פינפטע רייכסטע מענטשן פון די וועלט. גייטס פארמאגט א פארמעגן געשאצט צו 81 ביליאן און אלען איז געשאצט אויף 18 ביליאן.