רוי:רבי ישראל פרידמאן (לייפציג)

פון המכלול
ווערסיע פון 18:22, 27 נאוועמבער 2022 דורך בוט שרגא (שמועס | ביישטייערונגען) (קרדיט + קטגוריות)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

רבי ישראל פרידמאן זצ"ל (כ"ד אלול ה'תרל"ח - א' ר"ח אלול ה'תשי"א), פון לייפציג.

אפשטאם

רבי ישראל איז געבוירן דעם ערשטען טאג סליחות כ"ד אלול ה'תרל"ח, צו זיין פאטער הרב יצחק פרידמאן, פון באיאן, א זון פון הרב אברהם יעקב פרידמאן פון סאדיגורא, א זון פון הרב ישראל פרידמאן פון רוזשין, א זון פון הרב שלום שכנא, פון פראהבישטש, א זון פון הרב אברהם המלאך, דער חסד לאברהם, א זון פון הרב דוב בער, דער מעזריטשער מגיד. און צו זיין מוטער מרת מלכה א טאכטער פון הרב יוחנן טווערסקי, פון רחמיסטריווקא.

רבנות

ווען רבי ישראל איז געבוירן געווארן האט זיין זיידע דער ערשטער סאדיגורער רבי זיך אויסגעדריקט, "ער איז געקומען ווי א גרויסע חסיד!".

רבי ישראל איז געווען זייער יונג ווען ער האט גענדיגט (מסיים) ש"ס בעיון, און זיין פאטער איז ספעציעל געקומען זיך באטייליגן אין דער סעודה.

נאך די ערשטע וועלט קריג איז רבי ישראל געפארן פון וויען קיין לייפציג, אין יאר ה'תרצ"ט איז רבי ישראל אנטלאפן קיין שווייץ און אפאר חדשים שפעטער איז ער ארויפגעפארן קיין ארץ ישראל אין זיך באזעצט אין תל אביב

הסתלקות

רבי ישראל איז נפטר געווארן א' ר"ח אלול ה'תשי"א, אין ליגט אין צפת

פאמיליע

רבי ישראל האט געהייראט אין יאר ה'תרנ"ה, מרת מרים ( - כ' סיון ה'תש"ט), א טאכטער פון זיין פעטער הרב שלמה פרידמאן, פון סאדיגורא. זייערע קינדער:

  • מרת גיטל לאה ( - ), בזיווג ראשון די ווייב פון הרב מרדכי שרגא פרידמאן פון באיאן און טשערנאוויץ. בזיווג שני די ווייב פון הרב ישעיה שפירא פון גראדזיסק. בזיווג שלישי די ווייב פון הרב אברהם יעקב שפירא פון דראהאביטש.
  • מרת חוה ( - ), די ווייב פון הרב מרדכי שרגא פרידמאן פון קאפיטשניץ.

זעט אויך

רעפערענצן

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
  • נר ישראל ח"ו בערכו (36)

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!