רוי:רבי יצחק זרחיה אזולאי

פון המכלול
ווערסיע פון 12:20, 22 נאוועמבער 2022 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

ר' יצחק זרחיה אזולאי איז געווען א אייניקל פון ר' אברהם אזולאי־ דער בעל מחבר פונעם וואנדערבארן ספר חסד לאברהם. ר' יצחק איז געווען דער טאטע פון דעם גרויסן באקאנטן גאון און צדיק חיד"א. אין שו"ת אדמת קודש שרייבט ער אויף איהם "גזע היחס והמעלה, בנן של קדושים, החכם השלום" (ח"ב או"ח סי' י').

ער איז געבוירן אין יאר ה'תס"ב (מעגל טוב דכ"ה).


זיינע רביים און חברים

ער האט געלערנט ביי זיין טאטע ר' ישעיהו אזולאי, אבער זיין עיקר רבי איז געווען זיין פעטער ר' אברהם יצחקי א זון פון זיין זיידע ר' יצחק אזולאי, וואס איז געווען פון די גרויסע חכמים אין ירושלים און א ראשון לציון.

ר' יצחק זרחיה האט חתונה געהאט מיט זיין ווייב שרה די טאכטער פון ר' יוסף ב"ר פסח מייאליר, דער חיד"א שרייבט אויף די זיידע ר' יוסף ער איז געווען א חסיד און מקובל, א געטליכער הייליגער מאן, וואס איז געקומען קיין ירושלים צוזאמען מיט דעם הייליגן מאן ר' יהודה החסיד, השני ער איז אויך געווען א קרוב מיטן סמ"ע (מעגל טוב ע' 27). ר' יוסף איז אויך געווען די רבי פון זיין איידעם ר' יצחק זרחיה, ער האט געלערנט פון איהם חכמת האמת און קבלה אין יאר ה'תפ"ט (שם הגדולים ערך ר' אברהם יצחקי).

אין די ספרים פון חיד"א ווערט אסאך געברענגט וואס זיין טאטע ר' יצחק זרחיה האט געהערט פון אנדערע גדולי ישראל. קודם איז דא אסאך פון וואס ער האט געהערט פון זיינע עלטערין ביז צו ר' אברהם אזולאי, און דערנאך פון ר' ניסים רוזילייו, פון ר' אפרים הכהן דער בעל מחבר שער אפרים, און אויך פון דער גאון ר' גרשון קיטובער דער שוואגער פון בעל שם טוב (שמחת הרגל להחיד"א דל"ה ע"ב). און נאך.


אלס חבר בית דין און ראש ישיבה

ר' יצחק זרחיה איז געוען פון די ראשי הדיינים אין בית המדרש בית יעקב, און א ראש ישיבה אין ישיבת גדולת מרדכי צוזאמען מיט זיין שוואגער ר' יונה נבון, ער ווערט פארעכנט אלס פון די זיבן גרויסע רבנים וואס האבן אין זייער צייט געמאכט אלע תקנות אין ירושלים, ער איז אונטערגעשריבן אויף די תקנות ווי צום ביישפיל אויף דער באקאנטער תקנה אז א בחור העכער צוואנציג יאר טאר נישט וואוינען אין ירושלים, און אויף דער תקנה איז אין ירושלים טאר א פרוי נישט גיין מיט אומצוגעדעקטע קליידער (תקנות ירושלים דמ"ב), אויף די כתב שליחות קיין איטאליע פון די שד"ר און אויף פארשידענע הסכמות אויף ספרים ווי אויפן פרי האדמה, נחפה בכסף, חיי עולם, פרי הארץ, און נאך.

זיינע נסיעות

אין יאר ה'תק"א איז אויף ירושלים אריבער אסאך צרות, די אראבער האבן ארויף געלייגט אסאך שטייערן אויף די אידן, מען איז געווען זייער ארים, האט מען ארויסגעשיקט צוויי גרויסע לייט אין אייראפע זאמלען געלט פאר די ירושלים אידן, איינער פון די צוויי איז געווען ר' יצחק זרחיה, זיי זענען געפארן קיין איטאליע און קיין פראנקרייך, ר' יצחק איז געווען אין קושטא אבער ער האט זיך נישט גוט געפילט און איז צוריק געפארן קיין ירושלים.

זיינע ספרים

עס זענען געדרוקט עטליכע תשובות אויף הלכה פון אים אין זיין זון'ס ספרים דער חיד"א (ברכי יוסף אבן העזר סי' ל"א, מחזיק ברכה או"ח סי' רי"ט, חיים שאל ח"א סי' ז').

אויך דערמאנט דער חיד"א פון איהם ליקוטי זכרונותיו, כתבי עטרת ראשי (פני דוד ד"ב כסא דוד דרוש נ"ה או"ג), נימוקי עטרת ראשי אבא מארי (ברכ"י או"ח סי' תקפ"ו, פתח עינים סנהדרין די"ז ועוד), גליוני עטרת ראשי, און אסאך מאל שמעתי מעטרת ראשי, אסאך פון זיינע תורות און פסקים זענען וואס ער האט געהערט פון זיינע רביים און חברים אין ירושלים.

זיין משפחה

ר' יצחק זרחיה איז נפטר געווארן כ"ג טבת שנת ה'תקכ"ה, זיין זון דער חיד"א איז דעמאלטס געווען אין מצרים, ווען ער האט דערפון געהערט האט ער איהם דארט מספיד געווען, עס איז פארבליבן דעם הספד און כתב יד.

ווי עס זעהן אויס פון וואס ר' יצחק זרחיה שרייבט אין זיין הסכמה אויפן ספר שער יוסף אז ער האט נישט געהאט נאך קינדער נאר דער חיד"א איז געווען זיין איינציג קינד.

ר' יצחק זרחיה האט חתונה געהאט מיט זיין ווייב שרה, די טאכטער פון ר' יוסף ב"ר פסח מייאליר, זיין ווייב אין נפטר געווארן אין יאר ה'תצ"ב אין א מגפה, דערנאך האט ער חתונה געהאט מיט א צווייטן ווייב.