רוי:יעקב שוועקי

ווערסיע פון 10:51, 22 נאוועמבער 2022 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)
יעקב שוועקי
טעקע:Shwekey.JPG
יעקב שוועקי
געבורט ארט ירושלים
זשאנער חסידישע מוזיק
פלאטע פירמע גל פז, גרינטעק הפקות

יעקב שוועקי (געבוירן דעם 12טן יאנואר 1977) איז א פרומער זינגער פון ספרדישן אפשטאם, און ער לערנט אין א כולל אין לייקוואוד, און וואוינט אין דיל, ניו זשערסי,דארט וואו עס איז פאראן א גרויסע געמיינדע פון רייכע ספרדישע אידן אפשטאמיגע פון סיריע

ער איז היינט פון די גרעסטע זינגערס אין דער פרומער וועלט. ס'דא א גרויסער ציבור וואס האלט, אז שוועקי איז דער נאכפאלגער נאך מרדכי בן דוד און אברהם פריד.

ער האט שוין ארויסגעגעבן אסאך אלבאמען. זיין ערשטער ווערק רַחם און נאך איז געווארן ערצייגט דורך ר' פנחס וועבער וואס האט אין אים געזען אן אויפפגייענדער שטערן.

זיין פראדוצירער איז ר' יוחי בריסקמאן.

אלבאמען

  • "שמעתי" (2001)
  • "שוועקי 2" (2002)
  • "בשמחה" (2003)
  • "ידיד" (2004)
  • "בהתעוררות" (2005)
  • "שוועקי לעבעדיקעהייט אין פאריז" (2006)
  • "לשם שמים" (2007)
  • "שוואקי בהופעה חיה בקסריה" (2008)
  • "עד בלי די" (2009)
  • "ליבי במזרח" (2010)
  • "Cry no more" (2011)
  • "בהופעה בנוקיה" (2013)
  • "קולות" (2014) - אלבום ישראלי
  • "מאמין בניסים" / (We are a miracle (2016
  • "היו זמנים" (2017)
  • "מוזיקה" (2018)