רוי:רבי יעקב עמדין

פון המכלול
ווערסיע פון 10:51, 22 נאוועמבער 2022 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

רבי יעקב ישראל עמדין (ט"ו סיון ה'תנ"ח, אלטאנאל' ניסן ה'תקל"ו), אויך באקאנט ווי יעב״ץ (יעקב עמדין בן צבי) אין געווען א רב און א גרויסער תלמיד חכם און מחבר פון ספרים (וואס ער האט אליין געדריקט).

ער איז געווען א זון פון רבי צבי אשכנזי (דער ״חכם צבי״).

רבי יעקב איז געווען אויסגערופן אלס א גאר שטארקער קנאי קעגן סיי וואס עס שמעקט פון משיחי שקר, רבי יעקב האט געפירט א פארביסענע מלחמה קעגן רבי יהונתן אייבעשיץ צוליב דעם וואס ער האט חושד געווען אז רבי יהונתן האט מחשבות זרות אין דעם ענין.

דער סידור היעב"ץ אדער סידור רבי יעקב עמדין איז געווארן שטארק אנגענומען ביי חסידים און אסאך האבן זיך באניצט בלויזן מיט דעם סידור.

ביאגראפיע

רבי יעקב איז געבוירן געווארן אין אלטאנא (היינט אין דייטשלאנד) ט"ו סיוון ה'תנ"ח צו רבי צבי הירש אשכנזי, באקאנט ווי דער "חכם צבי".

אין יאר ה'תע"ו האט ער חתונה געהאט מיט רחל, טאכטער פון זיין רבי׳ן הרב מרדכי הכהן כ"ץ, בראדער רב, א זון פון הרב נפתלי כ"ץ - מחבר פון סמיכת חכמים, און האט געוואוינט אין ברעסלוי.

אין יאר תפ״ח איז ער געווארן רב פון עמדין, אבער נאך פיר יאר האט ער איבערגעלאזט זיין שטעלע.

בזיווג שלישי האט ער געהייראט זיין ניכטע א טאכטער פון זיין ברודער הרב אפרים אשכנזי.

זיינע ספרים

  • שו״ת שאילת יעבץ (צוויי בענדער)
  • לחם שמים (אויף משניות)
  • מור וקציעה (אויף שולחן ערוך)
  • מגדל עוז
  • עמודי שמים (א סידור)
  • הגהות אויף ש״ס

א – תורת הקנאות

ב – שפת אמת

ג – אספקלריה המאירה

ד – לוחות עדות

ה – שבירת לוחות האון

ו – מאירת עיניים

ז – פתח עינים

ח – בית יהונתן הסופר

ט – עדות ביעקב

י – עקיצת עקרב

יא – ספר התאבקות

יב – ספר שמוש

יג – מגילת ספר – מהדורת כהנא עם הגהות והוספות


מוסטער:רב-שטומף