דרעפט:רבי יוסף צבי דושינסקיא
געבורט |
יולי 28 1867 כ"ה תמוז ה'תשכ"ז | ||||
---|---|---|---|---|---|
פטירה | י"ד תשרי ה'תש"ט | ||||
טעטיגקייט אָרט | ארץ ישראל | ||||
השתייכות | העדה החרדית | ||||
תחומי עיסוק | גאב"ד | ||||
תפקידים נוספים | פוסק, ראש ישיבה | ||||
ספרים | שו"ת מהרי"ץ | ||||
|
רבי יוסף צבי דושינסקיא באקאנט אלס 'מהרי"ץ דושינסקיא' (צווישן זיינע חסידים אויך באקאנט אלס "דער אלטער רבי") איז געווען די רב פון די שטעט גאלאנטע און חוסט און די גאב"ד עדה החרדית אין ירושלים, געווען א פוסק און א ראש ישיבה, דער גרינדער פון די חסידות דושינסקיא.
ביאגראפיע
אין אונגערן
ער איז געבוירן אין די שטאט פאקס אין אונגערן צו זיין טאטע ר' ישראל דושינסקיא[1]. ער איז געווען א תלמוד פון רבי שמחה בונם סופר, רב פון פרעשבורג, און אויך א תלמוד פון רבי משה פאלאק רב פון באניהאד, ער איז באיינפלוסט געווארן פור זייערע וועלטליכע מיינונג וואס שטימט מיט די מיינונג פון די חתם סופר[2].
חודש אלול ה'תר"נ האט ער חתונה געהאט מיט שיינדל די בת יחידה פון רבי מרדכי יהודה ליב וינקלר,רב פון מעד. זי איז אוועק אן איבעלאזן קינדער י"ד חשון ה'תרע"ט.
רבי יוסף צבי האט חתונה געהאט זיווג שני מיט אסתר, דער דריטע טאכטער פון רבי יואל צבי נייהויז, ווען זי איז נאר 22 יאר אלט און ער איז שוין העכער פופציג.
אין יאר ה'תרנ"א איז ער געווארן רב איז גאלאנטע דארט האט ער אויפגעשטעלט א גרויסע ישיבה. אום ה'תרפ"א איז ער געווארן רב אין חוסט, דארט האט ער אויפגעשטעלט פון די גרעסטע און חשובסטע ישיבות אין אונגארן. אין יאר 1904 האט ער געחתמעט אויף א קול קורה וואס האט זיך קעגן געשטעלט ציוניזם וואס האט פרובירט אריינדרינגען אין אונגארן[3].
אין מערץ 1932 איז געקומען קיין ארץ ישראל אויף א באזוך, אין וואס ער האט זיך געטראפן מיט רבי יוסף חיים זאנענפעלד עס איז אדורך געגאנגען אפאר טעג אין רבי יוסף חיים איז נפטר געווארן אין רבי יוסף צבי האט זיך באטייליגט ביים לוויה או האט מספיד געווען[4]. אין סעפטעמבער 1932 האט דער וועד העיר האשכנזי מחליט געווען צו איינלאדענען רבי יוסף צבי צו קומען דינען אלס רב פון די עדה החרדית אלס ממלא מקום פון רבי יוסף חיים, טראץ דאס קעגנערשאפט פון אנדערע אין די עדה וואס האט ענדערט געהאלטן טז מען זאל אויפנעמען רבי יואל טייטלבוים[5], און טראץ דאס קעגנערשאפט פון א חלק פון די חסידים מיט דעם אז רבי יוסף צבי איז נישט געווען קיין אפיציעלער חסיד[6], נאך א קעגנערשאפט איז געווען אז מען וועלט ענדערשט אויס א אונגארישער רס איבער די ירושלימער רבנים[7].
- ↑ זיין מאמע איז געווען א שוועסטער פון רבי משה שיק די מהר"ם שיק
- ↑ מכון להוצאת ספרי מהרי"ץ, בית יוסף להבה, ירושלים
- ↑ מוסטער:קול מחזיקי הדת
- ↑ הרב ר' יוסף חיים זוננפלד נפטר, דואר היום, מערץ 28, 1932
- ↑ מה חדש בבירתנו? - תסיסה באגודת ישראל, דואר היום, סעפטעמבער 11, 1932
- ↑ מאחורי הקלעים של מינוי הרב דושינסקי, דואר היום, סעפטעמבער 19, 1932
- ↑ ירושלים - קבלת פנים לרבה של אגודת ישראל, דבר, אויגוסט 29, 1933