רוי:יונתן ראזענבלאט

פון המכלול
ווערסיע פון 10:50, 22 נאוועמבער 2022 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

 

יונתן ראענבלאט איז אן אמעריקאנער מאדערן-ארטאדאקסישער ראביי. ער איז דער רב פונעם ריווערדייל יידישן צענטער.

ער איז געבוירן אין באלטימאר, מערילענד. ער איז אן אור-אייניקל פונעם בארימטן חזן ר' יאסעלע ראזנבלאט.

פריוואטן לעבן

זיין ווייב ציפורה, אן אדוואקאט, איז א טאכטער פון רבי יצחק אשר טווערסקי, טאלנער רבי אין באסטאן. זיי האבן פיר קינדער: יהודה, טאניא, שמואל און רבקה.

ער איז א שוואגער פון רבי משה טווערסקי, וואס איז אומגעקומען אין מרחשון תשע"ה ביי דער קהילת בני תורה שחיטה.

קאריערע

ער האט א BA און MA פון דזשאן האפקינס אונווערסיטעט. א PhD אין פעלד פון מאדערן בריטיש ליטעראטור פון קאלומביע אוניווערסיטעט.

ער האט אויך געלערנט אין ישיבה הר ציון.