רוי:רבי יונה צבי בערענפעלד

פון המכלול
ווערסיע פון 01:00, 25 נאוועמבער 2022 דורך שרגא (שמועס | ביישטייערונגען) (קרדיט + קטגוריות)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

הרב יונה צבי בערענפֿעלד (ה'תקצ"ד - כ"ז חשוון ה'תרנ"א) איז געווען איינער פון די גרויסע תלמידים פון אברהם שמואל בנימין סופר. אין שנת תר"ט איז ער געווארען א חתן מיט אסתר, א טאכטער פונ'ם חתם סופר אבער זי איז אוועק נאך פאר דער חתונה און ער האט חתונה געהאט מיט א טאכטער פון דוד לייב כ"ץ דיעמאנט זצ"ל. ער האט באקומען סמיכה פון די פאלגנדע רבנים כתב סופר, מהר"ם שי"ק און ר' יהודה אסאד .

קודם איז ער געווען רב אין אירשא און אין שנת תרל"ב איז ער געווארן רב אין דעברעצין ושם מנוחתו כבוד .

שנת תשמ"ט האט זיין אייניקל עקיבא משה אדלער פון די ראשי קהילה אין מאנטשעסטער געדריקט זיינע ספרים איין באנד שו"ת חידושים און צוויי בענדער דרשות חוץ אסאך חי' וואס זיינען פארלוירן געווארן ביים צווייטן וועלט קריג.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!