רוי:מרדכי הערשמאן

פון המכלול
ווערסיע פון 16:46, 18 דעצעמבער 2024 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (פון רוי:מרדכי הרשמן - שירי עם ביידיש)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

מרדכי הערשמאן (ה'תרמ"ח - ב' שבט ה'תש"א) איז געווען פון די גרויסע חזנים אין דער צייט פונעם מלך החזנים יאסעלע ראזענבלאט, און ער האט קאנקוריט אויפן קרוין אבער יאסעלע האט עס געווינען צוליב זיינע פילע אייגנארטיגע מעלות.

ביאגראפיע

הערשמאן איז געבוירן אין יאר תרמ"ח, אין דער שטאט טשערניכאוו (וואהלין). אלס קינד האט ער שוין געזונגען אין דעם כאר פון די בארימטע חזנים ר' זיידל ראוונער, שמאי מרגליות, ניסי בעלזער און מאיר פיסאק.

ביי די אכצן יאר האט ער געמוזט איינרוקן אין מיליטער, און זייענדיג אין שטאט קרעמענטשאג, האט דער באוואוסטער קרעמענטשאגער חזן דוד רויטמאן דערהערט ווי שיין ער זינגט האט ער ערלעדיגט אז מ'זאל אים באפרייען, און ער איז דארט געבליבן זינגען אין דעם כאר פון חזן שלמה ראוויץ.

ער איז נפטר געווארן ב' שבט תש"א אין בלויזן עלטער פון דריי און פופציג יאר אלט.

חזנות

אין תרע"ג איז הערשמאן ערוויילט געווארן אלס חזן פון ווילנא, אין א פארמעסט פון פינף און צוואנציג בארימטע חזנים.

ער איז געווען דארט חזן זיבן יאר, ביז אין יאר תר"פ איז ער געקומען קיין אמעריקע. און ער האט פארנומען די שטעלע אינעם טעמפל בעט-על אין בארא פארק, ניו יארק.

די באציאונגען צווישן אים און די אנדערע חזנים זענען נישט געווען אזוי אמבעסטן, בפרט מיטן בארימטן חזן ר' יאסעלע ראזענבלאט. אבער ווען ר' יאסעלע איז טראגיש אומגעקומען אין ארץ ישראל אין יאר תרצ"ג, האט ער געזאגט דעם קל מלא רחמים אויפן קבר צוזאמען מיטן חזן זבולון קווארטין.

חזן הערשמאן האט איבערגעלאזט א אוצר מיט שטיקלעך, ווי אויך איז ער בארימט מיט זיין געשמאקן אראפזינגען שיינע אלטע אידישע לידער.

שירי עם ביידיש

מרדכי הרשמן - שירי עם ביידיש איז א מוזיק אלבום וואו עס ווערט צוזאמגענומען זעכצן פאלקס לידער געזונגען דורך מרדכי הערשמאן.

עס איז צוזאמענגעשטעלט געווארן מיט די הילף פון ד"ר מרדכי פרידמן, אינעם אשל סטודיא פון אילן בייבער פאר ישראל מוזיק און ארויסגקומען אין ישראל אום חודש טבת תשס"ב.

לידער

ערשטע זייט:

  • דאס יידישע ליד
  • דודל'ה
  • תורה איז די בעסטע סחוירה
  • מיקיטה (רוסיש)
  • א זמר'ל
  • פליישיקע אידן, מילכיגע אידן
  • 25 יידישע לידער (א געמיש)

צווייטע זייט:

  • תנחום
  • געבעהט
  • דאס פאסטאכל
  • מנשה
  • א חזנ'דעל אויף שבת
  • געהט א גוי אין שענקעל אריין
  • על חטא
  • ואהבת לרעך כמוך
  • חזנים אויף פרובע


דרויסנדיגע לינקס

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!