רוי:דרך אמונה (סיגוט)

פון המכלול
ווערסיע פון 12:41, 7 יולי 2024 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (צמא לדעת האט אריבערגעפירט בלאט רוי:דרך אמונה (סיגעט) צו רוי:דרך אמונה (סיגוט): החלפת טקסט – "סיגעט" ב־"סיגוט")
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

דרך אמונה איז א ספר מיט חידושים און דרושים על התורה און מועדים געשריבן אין לשון הקודש מערסטנס געבויט אויפן זוהר און געדרוקט אין רש"י אותיות, געדוקט פון די כתבים געשריבן דורך רבי מנחם מענדל שטערן סיגוטער רב (דאן סיהאט) און מסודר צום דרוק דורך זיין אייניקל חיים שמואל א זון פונעם סיגוטער רב רבי יוסף שטערן אן איידעם פון מחבר.

דער ספר אנטהאלט צוויי הונדערט פיער-און-צוואנציג בלעטער מיט על פי רוב לענגערע תורות און די צווייטע דרוק דורכן אייניקל חיים צבי זעגעלבוים וועלכער האט אויך געשריבן א הקדמה צום ספר, איז שוין נישטא צו באקומען.

עס ווערט דערמאנט אין די שער בלאט און אין די הקדמה פונעם איידעם איבער נאך א כתב יד אויף הלכה, ובעיקר הלכות ריבית, וואס זיי ווילן ארויסגעבן; אבער ווי עס זעהט אויס לא איסתייעא מילתא.

הסכמות

  • רבי יצחק שמשון הורוויץ מייזליש רב פון טשערנאוויץ און בוקאווינע (דער ערשטער ספר איז געדרוקט געווארן דורך זיינע זון און איידעם הנגידים משה ליב הלוי איש הורוויץ און זיין שוואגער ישעיה אשר הוירוויץ
  • רבי אברהם ענזיל צאזמיר פון סטריע
  • רבי מרדכי זאב איטינגא

דרוקסאגראפיע

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!