רבי עקיבא ראבינאוויטש

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

רבי חנניה יוסף עקיבא ראבינאוויטש איז דער פאריסאוו'ער רבי, א מקובל, וועלכער שטייט אין שפיץ פון ישיבת המקובלים "דרכי צדק" אין זיין בית מדרש אין ירושלים.

ביאגראפיע

ער איז געבוירן געווארן אין ירושלים אלץ דער צווייטער זוהן פון הגאון הקדוש רבי בנימין זי"ע, חבר בית דין צדק העדה החרדית אין מייסד פון קהל "משכנות הרועים", אין צו זיין מוטער רוחמה ליבא.

ער איז גערופן געווארן מיט'ן נאמען חנניה יוסף עקיבא נאך זיינע ביידע זיידעס רבי עקיבא יוסף שלעזינגער אין רבי חנניה יוסף הלפרין.

ער איז חתונה געהאט צו מרת אסתר, א טאכטער פון רבי שלמה צבי אטיק, א קארלינער חסיד, פאטער פון הגאונים, רבי מענדל אין רבי אברהם זצ"ל.

ביי זיינע יונגע יאהרן האט ער זיך מסתופף געווען ביים ביאלער רבי'ן רבי יחיאל יהושע ראבינאוויטש וועלכער האט איהם זייער מחשיב געווען אין אוועק געשטעלט צו שטיין בראשות די חבורות פון די יונגעלייט אין אלץ מדריך חתנים אין די חסידות[1].

נאך זיין רבין'ס פטירה איז ער געווען א תלמיד מובהק פון רבי אשר פריינד, אין ביי איהם האט ער קונה געווען השקפה אין דרכי החסידות.

נאך בחיי אביו האט ער אויף געשטעלט זיין בית מדרש "דרכי צדק" וואס האט אויך געדינט אלץ א ישיבה פאר לימוד תורת הנסתר, וואו דער רבי פלעגט אלץ איבערגעבן שיעורים אין תורת הקבלה. דארטן האט ער אויך מייסד געווען א הכנסת אורחים[2].

ער איז באקאנט מיט זיינע פיל ידיעות אין תורת הקבלה, אין אויך אין ספרי חסידות, עקסטער איז באוואוסט זיין בקיאות און דביקות אין ספר הקדוש פרי הארץ, וואס ער זעהט זיך אן אלץ א תלמיד פונעם מחבר, רבי מנחם מענדל פון וויטעבסק.

ער איז א שארפער קנאי און לוחם קעגן די מדינה הציונית, א טייל זאגן אז ער שטיצט פרויען וואס גייען אונגעטהון א שאל[3].

מתלמידיו

זיין משפחה

זיינע ספרים

  1. הרב דוד ירחמיאל צבי רבינוביץ, עיוני הלכות, ח"ב, עמ' קב, בני ברק, תשע"ו
  2. א ביישרייבונג און העדה, עמ' ג

  3. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:יוטיוב

    פאראמעטער [ אורך ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    YouTube Play Button.png כ"ק אדמו"ר מפוריסוב בדברי חיזוק בערוץ SiataDishmaya אויף יוטיוב