רוי:בית אגיון

פון המכלול
ווערסיע פון 22:51, 4 אפריל 2024 דורך י'הושע (שמועס | ביישטייערונגען) (אוועקגענומען קאַטעגאָריע:אויף יידיש דורך HotCat)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

 


בית אגיון
בית אגיון בשעת עס איז געבויט געווארן (לינקס אינעם בילד), 1938
בית אגיון בשעת עס איז געבויט געווארן (לינקס אינעם בילד), 1938
מידע כללי
כתובת סמאלענסקין 9, טאלביע
מיקום Emblem of Jerusalem.svg ירושלים
מידע על ההקמה
תקופת הבנייה 1936–1938 (בערך 2 יאָרן)

בֵּית אַגיוֹן (ווערט אויך גערופן בית ראש הממשלה אדער הבית בבלפור) איז א געביידע אויף סמאלענסקין גאס 9, ביים ווינקל פון באלפור גאס, אינעם געגנט טאלביע, ביים גרעניץ פונעם געגנט רחביה אין ירושלים. זייט 1974 באדינט די געביידע אלס דער אפיציעלע וואוינונג פונעם פרעמיער מיניסטער פון מדינת ישראל.

היסטאריע

די געביידע איז געבויט געווארן צווישן די יארן 19361938 צוליב א רייכער אידישער-גריכישער סוחר מיט'ן נאמען עדווארד אגיון, אן איינוואוינער פון אלעקסאנדריע[1].

אין יאר 1941 האט אין דער געביידע געוואוינט קעניג פעטער דער צווייטער פון יוגאסלאוויע[1] פאר א משך פון בערך צוויי מאנאטן. אין יאר 1947 האבן די בריטישע פארלאנגט פון דער משפחה צייטוויילונג צו פארלאזן דאס געביידע. בשעת דער אומאפהענגיגקייט מלחמה האט אגיון ערלויבט מען זאל ניצן דאס געביידע אלס א שפיטאל פאר אצ"ל מיטגלידער.

אין יאר 1952 האט מדינת ישראל אפגעגויפט דאס געביידע און אגיון מיט זיין משפחה האבן זיך איבערגעצויגן קיין חיפה.

אין יאר 1974 האט די מדינה אריבערגעפירט דער אפיציעלע וואוינונג פונעם פרעמיער מיניסטער צו בית אגיון.

רעפערענצן

  1. 1.0 1.1 Balfour, the prime minister's residence, as a symbol (ענגליש)
Flag of Israel.svg דער ארטיקל בנוגע מדינת ישראל איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!