רוי:אריאל שרון פארק

פון המכלול
ווערסיע פון 21:41, 11 מערץ 2024 דורך י'הושע (שמועס | ביישטייערונגען) (אוועקגענומען 'בעבודה')
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

 


Ariel Sharon Park (8121481959).jpg
סביבה בילדונג צענטער - אריאל שרון פארק

אריאל שרון פארק (אויך גערופן: איילון פארק) איז אַ גרויסער אפענער שטח וואָס געפינט זיך נעבן דעם אַיָלון טייך, צווישן בן גוריון פליפעלד און דעם אילון שאסיי. אינעם פארק זענען דא וועגן פאר פיסגייער און פאר ביציקלעך. אין יאר 2007, איז באשלאסן געווארן צו רופן דעם פארק נאך דעם פרעמיער מיניסטער, אריאל שרון.

דער שטח איז ארומגענומען פון מזרח און פון צפון דורך אור יהודה, רמת-גן און תל אביב-יפו און פון דרום דורך שאסיי 1, אזור און מקוה ישראל.

אוראלט בני ברק

עטליכע אידענטיפיצירן דעם אָרט פון אוראלט בני ברק, אן אלטע שטאט פון פלשתים אין דער אייזן עפאכע און אין דער צייט פון ערשטן בית המקדש, און א אידישער ישוב אין דער צייט פון צווייטן בית המקדש, אינעם דרום-מערב ווינקל פון "מחלף מסובים", דרום צו רמת-גן, אין שטח פון איילון פארק. דער נאמען פון "מחלף מסובים" קומט פונעם שטיקל אין הגדה של פסח: ”מַעֲשֶׂה בְּרַבִּי אֱלִיעֶזֶר וְרַבִּי יְהוֹשֻעַ וְרַבִּי אֶלְעָזָר בֶּן עֲזַרְיָה וְרַבִּי עֲקִיבָא וְרַבִּי טַרְפוֹן שֶהָיוּ מְסֻבִּין בִּבְנֵי בְרַק.

גאלעריע

דרויסנדע לינקס

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!