רוי:אנקלאגע
א פראצעס אדער אן אנקלאגעס זענען די ציווילע אדער קרימינאלע קלאגעס (ענגליש: lawsuit) וואס ווערן אריינגעגעבן אין געריכט דורך א תובע קעגן דעם ניתבע.
ציווילע און קרימינאלע געריכטן
עס איז פארהאן א חילוק צווישן א ציווילע און קרימינאלע געריכט. ווען א פערזענליכער מענטשן קלאגט א צווייטן אין געריכט איז עס אין רוב פעלער א ציווילע קריגעריי וועלכע ווערט אנגערופן א טארט. אבער ווען איינער ברעכט א קרימינאלע געזעץ דעמאלט ווערט ער אנגעקלאגט דורך א פובליק פראקוראר אין א קרימינאלע געריכט.
א טארט איז אנדערש ווי א קרימינאלע געזעץ ווייל געווענליך האט דער ניתבע נישט געבראכן דאס געזעץ נאר איז געווען נאכגעלאזט און דערפאר האט יענער געליטן דערפון פיזיקאל, עמאציאנעל, אדער געלטליך.
עס זענען פארהאן טויזענטער ערליי וועגן וויאזוי מען קען יענעם אריינברענגן אין געריכט אבער אין אלגעמיין פאלן זיי אריין אין דריי קאטעגאריעס:
1) אינטערנאציאנאלע טארטס, דאס איז ווען איינער קלאגט א צווייטן וועלכער וואוינט נישט אין זיין שטאט.
2) נאכגעלאזנקייט, ווען איינער ווערט געשעדיגט אדער פארלירט געלט נאר צוליב דעם אייגנטומער, וועלכער האט טאקע נישט צוגעהאלפן צו זיין שאדן, אבער זיין נאכגעלאזנקייט האט דאס גורם געווען.
3) לייעביליטי טארט. א פירמע אדער פערזאן וועלכער איז פאראנטווארטליכט אויף שאדן וועלכע קען ארויסקומען פון די פירמע אדער זיינס א פראדוקט.
ארגינעל איז דאס געזעץ פון טארטן צושטאנד געקומען כדי צו קאמפענסאטירן דעם געליטענעם און געבן א לעקציע פאר דעם שולדיגן ער זאל בעסער אכט געבן א צווייטע מאל. אין רוב פעלער וועט דאס געריכט פארלאנגן דעם באשולדיגטן (אויב געפינען שולדיג) צו באצאלן דעם געשעדיגטן לויט זיין שאדן. צומאל דארף יענער אויך באצאלן פאר די ווייטאג וואס יענער האט געהאט צוליב זיין נאכגעלאזנקייט. אמאל הייסט דער ריכטער אויך באצאלן שטראף געלט פאר די רעגירונג וועלכע וועט זיין די ריכטיגע לעקציע פאר'ן זיין נאכגעלאזט אויף אזא פאל.
ווען איינער איז גרייט צו קלאגן א צווייטן פאר סיי וועלכע סיבה וועט ער מוזן דורכגיין 7 שטאפלן צו ענדיגן זיין קלאגע:
1) פשרות (סעטעלמענט) אינדרויסן פון געריכט.
2) אריינגעבן די קלאגע.
3) דאס געריכט אויספארשונג.
4) דיסקוסיעס און מאטיוון פאר'ן אורטייל.
5) פשרה דיקוסיעס.
6) דאס געריכט און איר אורטייל.
7) אפיעל.
פשרות אינדרויסן פון געריכט
אין רוב סטעיטס וועט דאס געריכט אפילו נישט אקצעפטירן א קלאגע אויב מען האט נישט פרובירט זיך אויסצוגלייכן ערשט אינדרויסן פון געריכט. דאס איז ווייל זייער אסאך קריגערייען קענען גרינג אויסגעגליכן ווערן מיט די הילף פון א פראפעסיאנעל און קאסט ווייניג פאר דעם תובע און שפארט איין די רעגירונג די קאסטן פון דאס געריכט.
די ערשטע זאך וואס איז וויכטיג צו טאן איז צוזאמענצוברענגן דעם תובע און דעם ניתבע פנים אל פנים און זיי זאלן זיך דארט אויסגעבן זייערע טענות. אין זייער אסאך פעלער ארבעט דאס זייער גוט און מיט דעם פארשפארט מען אסאך קאפ-וויי אויף שפעטער. אויב די צוויי קומען צו א פשרה ברויכן זיי דאס דאקומענטירן לעגאל און אונטערשרייבן פארנט פון אן עד וועלכער דארף אויך אונטערשרייבן.
אויב דאס העלפט נישט, אדער אויב איינער פון זיי שפירט זיך נישט באקוועם פון די ערשטע מינוט, דעמאלט דארפן זיי נעמען א דריטער מענטש וועלכער ווערט אנגערופן א מידיעטאר. דער מידיעטאר הערט אויס זייערע טענות באזונדער און ער רעדט זיי איבער צו א געוויסע פשרה. דער מידיעטאר נעמט געווענליך געלט פאר זיין ארבעט אבער אין זייער אסאך ערטער ארבעטן זיי אלס וואלונטירן. רוב מידעטארס זענען מענטשן וועלכע האבן ערפארונג אין די סאציאלע פעלד און זענען געלערנט וויאזוי צוצוטרעטן צו א מענטש.
ווי געזאגט וועלן אסאך געריכטן נישט אקצעפטירן א קלאגע אויב מען האט זיך נישט פרובירט אויסצוגלייכן מיט א מידיעטאר. אפילו אויב דער סכסוך איז זייער א היציגע און יעדער ווייסט פון די ערשטע מינוט אז א מידיעטאר וועט נישט קענען אויפטאן, איז דאס אבער א געזעץ און אויך זיי מוזן דאס דורכגיין.
אויב די טענות און געפעכטן קומען נישט צו קיין ענדע און יעדער פארשטייט אז מען וועט זיך נישט קענען אויסגלייכן קען מען גיין מיט א שטאפל ווייטער און נעמען אן ארביטעיר וועלכער איז ענליך צו אן מידיעטאר אבער קען די געזעצן פון געריכט און נאכ'ן אויסהערן ביידע צדדים וועט ער ארויסגעבן זיין מיינונג וואס דאס געריכט וועט אורטיילן און געבן די ברירה פאר ביידע זייטן דאס צו אקצעפטירן אדער גיין ווייטער אין געריכט.
ווען די ארביטרעישן איז סוקסעספול דארף דער ארביטעיר איבערגעבן זיין אורטייל און די פשרה פאר'ן ריכטער וועלכער באטראכט דאס איבער אויב אלעס שטימט לעגאל. אויב נישט וועט ער טוישן געוויסע זאכן און דאס אונטערשרייבן.
ווען עס קומט צו א קלאגע אין וועלכע דער תובע פארלאגנט געלט פון א צווייטן וועט דער ארביטעיר אויסשטעלן א "נאנביינדינג ארביטרעישן". דאס ארבעט ווי פאלגנד:
ראובן קלאגט אן אינשורענס פירמע פאר א מיליאן דאלאר. דער ארביטעיר הייסט די אינשורענס פירמע אראפשרייבן אויף א פאפיר וויפיל זיי זענען גרייט צו באצאלן צו דערגרייכן א פשרה אינדרויסן פון געריכט. דערנאך דארף ראובן אראפשרייבן די סומע אויף וועלכע ער איז גרייט איינצוגיין אויף א פשרה. לאמיר זאגן אז די אינשורענס פירמע איז גרייט אראפצולייגן 300,000 דאלאר און ראובן איז גרייט צו שליסן דעם סכסוך פאר 500,000 דאלאר. דער ארביטעיר נעמט ביידע צעטליך און לייגט זיי אין א זייט אן קוקן דערויף. דערנאך מאכט ער זיין אורטייל.
אויב דער ארביטעיר'ס אורטייל באטרעפט ווייניגער געלט ווי די אינשורענס פירמע האט פארגעשלאגן מוז די פירמע געבן די סומע וועלכע זי האט פארגעשלאגן. אבער אויב דער ארביטעיר'ס אורטייל באטרעפט מער ווי ראובן איז גרייט איינצוגיין דעמאלט וועט די אינשורענס פירמע דארפן באצאלן די סכום וועלכע ראובן האט צוגעשטימט. אויב איז זיין אורטייל צווישן ביידע לימיטס דעמאלט וועט די אינשורענס פירמע באצאלן דער מיטעלסטער נומער צווישן די צוויי לימיטס.
דער סארט ארביטרעישן טוט מען אבער נאר אויב די קלאגע איז זייער שטארק און די אינשורענס פירמע ווייסט אז אין די ענדע וועט זי סייווי מוזן באצאלן עפעס. אבער אויב די גאנצע קלאגע איז נאך א פראגע, דעמאלט קען די אינשורענס פירמע אפווארפן די ארביטרעישן און זיך באלד גרייטן צום געריכט.
איינמאל ביידע זענען זיכער מיט זיך אז מען מוז גיין אין געריכט, דעמאלט דארפן ביידע זיך נעמען זוכן אן אדוואקאט. א גרויסע פירמע וועט געווענליך האבן אירע באשטימטע אדוואקאטן אבער דער תובע וועט זיך דארפן נעמען זוכן אן אדוואקאט וועלכע איז נישט קיין גרינגע ארבעט. מען ברויך זיך אסאך נאכפרעגן און עס איז א שווערע באשלוס צו מאכן. אפילו ווען מען האט שוין ענדליך גענומען איינעם דארך מען אסאך מאל איינטוישן דעם אדוואקאט אינמיטן דאס געריכט אויב מען זעט אז יענער טויג נישט אדער אויב מען פארלירט קאמיוניקאציע מיט אים, א זאך וועלכע איז קריטיש וויכטיג אין געריכט.
אריינגעבן די קלאגע
איינמאל מען האט אן אדוואקאט גרייט הייבט ער אן אויספילן די קלאגע אויף פאפיר. דער אדוואקאט דארף פונקטליך אריינשרייבן ווער עס פאדערט און ווער עס ווערט געפאדערט און יעדער אנדערש וואס איז אויך פארמישט אין דעם קלאגע. א קלאגע דארף האבן לעגאלע קוועלער אויף וועלכע עס זאל זיין געבויט כדי דער ריכטער זאל עס נישט ארויסווארפן. דער קלאגע מוז אויך פארלאנגן דעטאלן. עס קען נישט נאר זאגן אז יענער איז שולדיג נאר מוז פארלאנגן א געוויסע אורטייל אדער סכום געלט.
א קלאגע קען געמאכט ווערן פון איין מענטש קעגן אן אנדערער מענטש אדער פון איין מענטש קעגן מערערע מענטשן. אבער אויב מערערע מענטשן ווילן אנטייל נעמען אין דעם קלאגע דעמאלט דארף מען מאכן א קלאס עקשען וועלכע ארבעט אויף אן אנדערער פראדעצור. ווען מען קלאגט א פירמע איז עס שטענדיג א קלאגע איינס קעגן איינס אפילו אויב מערערע מענטשן אין דעם פירמע האבן פארלעצט דאס געזעץ און ווערן געקלאגט.
עס זענען פארהאן צוויי געריכט סיסטעמען אין די פאראייניגטע שטאטן און אין רוב ציוויליזירטע לענדער: די סטעיט געריכט און די פעדעראלע געריכט. א געווענליכע קלאגע ווערט ארייגעגעבן אין א סטעיט געריכט אבער אויב דער תובע און דער ניתבע וואוינען אין אנדערע סטעיטס דעמאלט גיט מען אריין די קלאגע אין די פעדעראלע געריכט (אויסער אויב די קלאגע רעדט זיך פון ווייניגער פון $75,000). דאס זעלבע איז אויב די קלאגע אנטהאלט עפעס וואס האט צו טון מיט די פעדעראלע רעגירונג דעמאלט גיט מען אריין די קלאגע אין די פעדעראלע געריכט. אויב די קלאגע אנטהאלט סיי סטעיט און סיי פעדעראלע קלאגעס דעמאלט קען דער תובע באשלוסן וואו ער וויל דאס אריינגעבן.
עס זענען פארהאן פארשידענע ערליי געריכטן. קליינע קלאגעס ווערן אריינגעגעבן צו די "סמאול קלעימס קארט" וואו דער פראדעצור פון דאס געריכט גייט זייער שנעל און פשוט. קיינער קען נישט מיטברענגן קיין אדוואקאט און עס איז נישט פארהאן קיין דזשורי. דער ריכטער באטראכט די קלאגע און גיט זיין אורטייל ביז עטליכע מינוט.
אויב די קלאגע איז א גרויסע דעמאלט גייט עס אין די סטעיט געריכט וועלכע פארמאגט אויך פארשידענע שטאפלן, געוואנדן לויט יעדע סטעיט. דער אדוואקאט איז דער וואס מאכט דעם באשלוס אין וועלכע שטאפל געריכט דאס זאל געשיקט ווערן. דער אדוואקאט קען זיך געווענליך אויס מיט די ריכטער און ווייסט צו וועלכע ריכטער עס לוינט זיך צו שיקן די קלאגע. ער באטראכט אויך די דזשורי און די פראדעצור פון דעם געריכט ווילאנג עס דויערט זיי, די פראקורארן, און אלעס ארום.
איינמאל די קלאגע ווערט געפיילט אין געריכט באקומט דער ניתבע א סאמענס פון געריכט וועלכע ערקלערט די קלאגע און עצה'ט אים צו קומען אין געריכט זיך פארטיידיגן. דער פראדעצור ווערט אנגערופן די סערוויס אוו פראסעס.
איינמאל דער ניתבע ערהאלט זיין סאמענס האט ער 30 טאג צייט צו ענטפערן דערויף. אין דעם ענטפער (ווערט אנגערופן רעספאנסיוו פלידינג) קען ער אפלייקענען די קלאגע אדער מאכ'ן באמערקונגען אז געוויסע זאכן זענען נישט ריכטיג. דער ניתבע קען אויך שטענדיג אריינגעבן א "מאושען" וועלכע בעט דעם ריכטער צו באטראכטן א געוויסע זאך וועלכע איז נאך נישט באטראכט געווארן ביז יעצט און קען טוישן דעם אויסגאנג פונעם אורטייל. דער תובע קען שנעל צעשטערן א מאושען אויב ער האט די ריכטיגע באווייזונגען אויף איר פאלשקייט.
אמאל איז פארהאן אז דער ניתבע קען צוריק קלאגן דעם תובע מיט אן אנדערן זאך וועלכע האט אויך צו טאן מיט דעם סכסוך. דאס ווערט אנגערופן א קאנטער-ניתבע און ווערט באהאנדלט אין די זעלבע קעיס כאטש עס איז א באזונדערע זאך.
אויב דער ניתבע מאכט זיך נישט וויסנדיג ביז די באשטימטע צייט פון געריכט דעמאלט קען דער אדוואקאט פארלאנגן א דיפאולט אורטייל אין וועלכע דער ריכטער מוז צוטיילן פאר'ן תובע אלעס וואס ער פארלאנגט. וויאזוי אימער, וועלן רוב ריכטער נאך לאזן דעם ניתבע קומען אין געריכט אפילו שפעטער ווי די באשטימטע צייט אויב ער וועט האבן א נארמאלן תירוץ דערפאר.
געריכט אויספארשונג
די ערשטע זאך וואס א געריכט דארף טאן איז אויספארשן און צוזאמברענגען אלע מעגליכע אינפארמאציע ארום די קלאגע כדי צו קענען פארשטיין און באשטעטיגן די ווארהייט פון ביידע צדדים. היינטיגע צייטן וועט מען אסאך מאל אויפשפילן גאנצע טעיפס און ווידעא'ס וועלכע צייגן א ספעציעלע זאך וואס האט צו טאן מיט'ן קעיס.
וויאזוי אימער, זענען אבער פארהאן געוויסע אינפארמאציע וועלכע זענען באשיצט פון געריכט ווי א שמועס צווישן א מאן און ווייב, צווישן דאקטוירים און פאציענטן, רעליגיעזע פירער, און געוויסע פינאנציעלע אינפארמאציע. דאס איז א טייל פון די אמעריקאנער יוסטיץ סיסטעם אז יעדער מענטש זאל האבן געוויסע פריווילעגיעס אויף וועלכע ער זאלן זיך שטענדיג שפירן פריי. צום ביישפיל א מאן און ווייב. די רעגירונג וויל נישט אז א מאן און ווייב זאלן צוריקהאלטן סודות איינע פונעם אנדערן און דערפאר וועלן זייערע שמועסן קיינמאל נישט אויפגעברענגט ווערן אין געריכט, אפילו אין גאר ערנסטע פארברעכן.
אין יעדע קלאגע ברויך מען האבן אסאך אינפארמאציע כדי דער ריכטער און די דזשורי זאלן ריכטיג פארשטיין די קלאגע בעפאר זיי געבן ארויס אן אורטייל. אויב דאס געריכט וועט נישט האבן גענוג אינפארמאציע וועט זי דאס פארלאנגן פון ביידע צדדים און דער געריכט וועט זיך פארשלעפן און וועט קאסטן אסאך געלט. דערפאר איז איינגעפריט אז די אדוואקאטן קלויבן צוזאם וויפיל אינפארמאציע מעגליך כדי צו שפארן די צייט און געלט ביי דאס געריכט פראצעדור. אין פעלער ווען עס איז נישט פארהאן אינפארמאציע אדער אויב דער ריכטער זעט אז עס וועט דויערן צו לאנג צו באקומען די ריכטיגע אינפארמאציע, וועט מען הייסן די פארמישטע עדות זאגן אונטער א שבועה אין וועלכע די מערהייט פון אמעריקאנער בירגער האבן מורא ליגנט צו זאגן צוליב איר הארבן שטראף.
דיסקוסיעס און מאטיוון פאר'ן פראצעס
אין יעדע פראצעס איז פארהאן די פאקטן, דאס געזעץ, און דער ריכטער. די ארבעט פון די אדוואקאטן איז אפצואווארפן די פאקטן מיט פארשידענע תירוצים וועלכע קענען זיין גילטיג. אלע עדות און ראיות וועלכע ווערן געברענגט אין געריכט דארפן פארגעשטעלט ווערן פאר די דזשורי וועלכע מוזן מיטהאלטן יעדע שריט. אויב קיינער האט נישט וואס צו טוישן דעמאלט גייט דאס געריכט זייער שנעל, דער ריכטער באטראכט די פאקטן, לייגט צו דאס געזעץ, און באשליסט זיין אורטייל אן געבן די דזשורי א געלעגנהייט זיך אריינצומישן. אין געריכט ווערט דאס אנגערופן א סאמערי אורטייל.
איינמאל די קעיס איז פאראיבער די מעגליכקייט פאר א סאמערי אורטייל זענען נאך פארהאן 3 וועגן וויאזוי צו טוישן דעם גאנג אין געריכט:
1) די ערשטע זאך וואס רוב אדוואקאטן פון דעם ניתבע פרובירן צו טון איז צו איבערצייגן דעם ריכטער איבער די לעכערליכקייט פון די קלאגע און אויב ער איז סוקסעספול דעמאלט וועט דער ריכטער ארויסווארפן די קעיס.
2) אויב איינע פון די צוויי פארטייען זעען אז עס גייט זיי גוט אויפ'ן מינוט קען זייער אדוואקאט בעטן דעם ריכטער פאר א "מאושן פאר דזשאדזשמענט" וואס טייטש אז די פאקטן און ראיות זענען שוין גענוג קלאר און דער ריכטער קען שוין מאכן זיין אורטייל. דער ריכטער וועט באטראכטן די מאושן און ער וועט דירעקט באשליסן אויב ער זאל דאס אקצעפטירן אדער נישט. אויב יא דעמאלט קען ער געבן זיין אייגענע אורטייל אן די מיינונג פון די דזשורי אזויווי בי א סאמערי אורטייל.
3) ווען די דשזורי איז שוין פאראייניגט און איינע פון די צוויי פארטייען האלטן אז עס איז נישט יושר'דיג דעמאלט קענען זיי אויך אריינברענגן א מאושן אין וועלכע זיי ערקלערן פארוואס די דזשורי'ס אורטייל איז נישט גוט. דער ריכטער דארף דאס איבערטראכטן און באשליסן צו דאס איז טאקע אזוי. (דאס קען אבער נאר געטאן ווערן אויב מען האט געבעטן דעם ריכטער פאר א סאמערי אורטייל ערשט).
פשרה דיסקוסיעס
בעפאר די קעיס גייט אריין אין דעם פראדעצור פונעם פראצעס קומען פאר דיסקוסיעס פאר פשרות אינדרויסן פון געריכט. דאס איז איינע פון די בעסטע רעזאלוציעס פאר ציווילע קלאגעס. א פשרה איז טייטש אז ביידע צדדים געבן נאך אויף עפעס און די קעיס ווערט געשליכטעט אן קיין אורטייל פון א ריכטער.
יעדע פשרה דארף ווערן דאקומענטירט און געשיקט צום ריכטער. דער ריכטער באטראכט די פשרה און באשטעטיגט עס. אויב דער ריכטער האלט אז דאס איז נישט קיין גוטע פשרה, אפילו אויב ביידע זענען מסכים דערצו, דעמאלט קען ער דאס מבטל זיין און די צדדים וועלן זיך מוזן אויסקומען איבער א נייע פשרה.
אין רוב פעלער איז א פשרה דאס בעסטע וועג ארויס פאר ביידע צדדים. אבער אויב דער תובע ווייסט אז דער ניתבע איז רייך דעמאלט לוינט זיך אים יא צו ווארטן אויף דעם ריכטער'ס אורטייל ווייל אפשר וועט ער באקומען מער. פארקערט אבער, אויב ווייסט מען זיכער אז יענער האט סייווי נישט פון וואו צו באצאלן דעמאלט איז סיי וועלכע פשרה ווערט.
פארשטייט זיך אז אפצואווארפן א פשרה מוז מען האבן גוטע שאנסן צו געווינען אין געריכט און די צדדים דארפן זיך בארעכנען אויב עס לוינט זיך זיי צו צאלן די פעטע פרייזן פאר די אדוואקאטן. אמאל איז די געלט וועלכע מען באקומט נישט קיין סאך מער ווי די אדוואקאטן קאסטן אפ פאר'ן קעיס.
א פשרה קען מען אייביג מאכן אפילו ווען דער פראצעס האט זיך שוין אנגעהויבן און אפילו הארט בעפאר'ן אורטייל. אבער פארשטייט זיך אז ווי פריער אלס בעסער און ביליגער. דורכצומאכן א געריכט אורטייל איז שווער פיזיש און גייסטיש און קאסט אסאך געלט.
צו מאכן א פשרה איז אויך נישט קיין גרינגע זאך און עס איז אלס בעסער צו נוצן דעם אדוואקאט דערפאר. אין טייל פעלער וועט דער אדוואקאט אראפלייגן א פארמאלע פשרה פארשלאג צום אנדער'ן צד און אמאל וועט ער פארלאנגן אז די צוויי צדדים זאלן זיך צוזאמענזעצן ביי איין טיש. דאס ווענד זיך לויט וויפיל דער אדוואקאט פארשטייט צו די קעיס ביי דעם פונקט און ווייסט וועלכע וועג וועט זיין בעסער.
איינמאל א פשרה ווערט געמאכט מוז דאס ארויסברענגן אלע דעטאלן וואס מען האט אפגעמאכט ווי וויפיל געלט דער ניתבע זאל באצאלן, ווען און וואו דאס געלט זאל אפגעגעבן ווערן, וויאזוי מען זאל זיך צעטיילן מיט די געריכטליכע קאסטן א.א.וו. די אלע דעטאלן ווערן אראפגעשריבן און איינמאל עס גייט אריין אין עפעקט איז דער ניתבע פריי פון די קלאגע און דער תובע קען מער קיינמאל נישט קלאגן פאר'ן זעלבע זאך.
צוגרייטונגן צום פראצעס
נאכדעם וואס מען האט שוין פרובירט אלע אויבנדערמאנטע וועגן און מען קען נישט קומען צו קיין פשרה, דעמאלט דארפן זיך ביידע זייטן גרייטן צום פראצעס. אין טייל סטעיטס דארפן די אדוואקאטן פון ביידע צדדים אריינגעבן אן אזויגערופענע מעמארענדום צו באשטימען א צייט פאר'ן פראצעס. אין געוויסע סטעיטס פעלט דאס נישט אויס נאר גייט אויטאמאטיש ווייטער.
עס זענען פארהאן צוויי ערליי פראצעסן: א בענטש פראצעס און א דזשורי פראצעס. א בענטש פראצעס ווערט אויסגעהערט נאר דורכ'ן ריכטער וועלכער מאכט אליין זיין באשלוס. אין א דזשורי פראצעס ווערן אלע טענות געהערט דורכ'ן דזשורי און דער ריכטער קען נאר געבן דעם אורטייל נאכדעם וואס די דזשורי פאראייניגן זיך אויף א באשלוס.
ביידע ערליי פראצעסן האבן מעלות און חסרונות. א בענטש פראצעס איז געווענליך שנעלער אבער איז א זעלבסט באשלוס פון איין ריכטער וועלכער קען גרינג נויגן צו איין זייט נאך פון אנפאנג פון דעם פראצעס. ווייטער א דזשורי פראצעס ווערט אויסגעהערט דורך מערערע מענטשן און ביידע צדדים זענען מער רואיג אז די אויסקום וועט זיין מער דורכגעטראכט אבער פון דער אנדערע זייט דויערט עס פיל לענגער און קאסט אסאך מער געלט ווייל די דזשורי קען זייער אסאך מאל האבן שוועריקייטן צו קומען צו א באשלוס און דער אדוואקאט דארף זיך בעסער פארגרייטן דערצו.
די אדוואקאטן טראכטן עס געווענליך גוט אדורך און שמועסן אדורך מיט זייערע קליענטן איבער וועלכע סארט פראצעס מען זאל גיין. נארמאלערהייט וועט זיך עס ווענדן וואספארא סארט קלאגע דאס איז. ביי א קלאגע וואס האט אויסדרוקליך נאר צוטון מיט לעגאלע זאכן, איז געווענליך בעסער צו גיין צו א בענטש פראצעס ווייל די דזשורי פארשטייט נישט צו לעגאלע אישוס און וועלן זייער מעגליך מאכן א נישט ריכטיגן באשלוס. ביי א קלאגע וועלכע האט אויך צוטאן מיט עמאציאנאלע אישוס קען א דזשורי זייער צונוץ קומען.
איינמאל מען ווייסט שוין וואספארא סארט געריכט מען וויל גיין, דארף מען באשטימען א דאטום דערפאר. דאס איז שוין געוואנדן אויף די געריכט זעלבסט און יעדע געריכט האט זיך איר סיסטעם. געווענליך וועט דאס גיין אדער אויף א דירעקטע קאלענדער אדער אויף א מייסטער קאלענדער. אויף א דירעקטע קאלענדער באשליסט דער ריכטער ווען דער פראצעס זאל זיך אנהייבן. אויף א מייסטער קאלענדער טיילט דאס די געריכט סיסטעם איין און מען קען זייער מעגליך אנקומען צו א נייע ריכטער וועלכע איז אין רוב פעלער נישט גוט פאר דעם תובע. אין יעדע פון די וועגן האבן ביידע צדדים א ווארט איבער דעם דאטום און דער פראצעס מעג זיך לעגאל נאר אנהייבן איינמאל ביידע צדדים זענען גרייט. א בענטש פראצעס ווערט געווענליך געסקעדזשועלט פריער ווי א דזשורי פראצעס ווייל עס נעמט אסאך צייט צו ערוועלן א דזשורי.
אויב מען גייט צו א דזשורי פראצעס דארף מען דורכגיין די ארבעט פון ערוועלן א דזשורי. דער סיסטעם ארבעט ווי פאלגענד:
יעדער רעגיסטרירטער וויילער איז אויף דער ליסטע פאר דזשורי. דאס געריכט שיקט ארויס איינלאדענונגן פאר א צאל וויילער און דער ריכטער פרעגט זיי אויס עטליכע פראגעס און זעט אויב זיי זענען קוואליפיצירט צו קענען זיין אין די דזשורי. אין טייל פעלער ערלויבט אויך דער ריכטער די אדוואקאטן צו פרעגן פארשידענע פראגעס צו די מעגליכע דזשורי און זיי האבן די רעכט אויסצושליסן וועמען זיי פארדעכטיגן אז יענער ווייסט צופיל אינפארמאציע אדער אויב יענער איז שוין אמאל געווען אין א דזשורי ביי אן ענליכע פראצעס. צו יעדע פראצעס ווערן ערוועלט 12 דזשורי. יעדע דזשורי מוז דאן שווערן אז ער וועט זיין אומפארטייאיש.
די שווערסטע ארבעט פאר די אדוואקאטן איז הארט בעפאר דער פראצעס הייבט זיך אן. זיי דארפן איבערגיין יעדע קלייניקייט און דארפן אויסשטעלן א ליסטע און סדר וויאזוי דער פראצעס וועט צוגיין. אין זייער אסאך פראצעסן פארלאנגט דער ריכטער אז איינע פון די אדוואקאטן זאל געבן א קורצע ערקלערונג פאר די דזשורי איבער וואס די פראצעס איז, אלע פאקטן, די עדות, און וויאזוי דער סדר וועט צוגיין.
אויסער דעם אנהייב פון דעם פראצעס מוז יעדער אדוואקאט זיין גרייט פאר אלע געשעענישן אינמיטן דעם פראצעס. ער מוז האבן איינגע'חזר'ט אלע פאקטן, אנגרייטן פראגעס וויאזוי צו קאנפראנטירן די עדות פון דעם אנדערן צד, צוגרייטן זיינע עדים פאר די פראגעס פון די אנדערע אדוואקאטן, קענען אראפלייגן זיין צד מיט די מערסט לאגישע וועג, און נאך.
דאס געריכט און איר אורטייל
די ערשטע זאך וואס ווערט געטון ביי יעדן פראצעס איז די עפענונג סטעיטמענטס פון ביידע אדוואקאטן. צום ערשט הייבט אן דעם תובע'ס אדוואקאט און דערנאך פארענטפערט זיך דעם ניתבע'ס אדוואקאט און פון דארט און ווייטער גייען פון זיך אליין אלע טענות מיט די אבזערוואציע פון דעם ריכטער און די דזשורי (אויב עס איז פארהאן). דער ריכטער איז דער וואס האלט קאנטראל ביי דעם פראצעס און אויב די טענער הייבן זיך צו הויך דעמאלט קלאפט ער מיט'ן שטעקן צו בארואיגן דאס געמיטער. די אדוואקאטן האבן די רעכט צו בעטן דעם ריכטער שטיל צו מאכן דעם אנדערן צד אויב דאס איז שוין ארויס פון די ראמען אדער אויב זייערע קלינעטן שפירן זיך אומבאקוועם מיט די אינפארמאציע. דער ריכטער באשלוסט אויב דאס איז וויכטיג אדער נישט, און אויב יא, באפעלט ער יענעם זיך אראפצוזעצן.
דאס זעלבע איז איינמאל מען הייבט אן אויספרעגן די עדים. די אדוואקאטן קענען בעטן דעם ריכטער אפצושטעלן אן עד פון ענטפערן א געוויסע פראגע וועלכע יענער איז געפרעגט געווארן און דער ריכטער דארף באשליסן אויב ער זאל דאס טון אדער נישט. אויב דער עד האט שוין געענטפערט אויף א פראגע וועלכע דער ריכטער האט באשלאסן אז ער אדער זי מוז נישט ענטפערן דעמאלט קען דער ריכטער בעטן די דזשורי נישט צו נעמען אין באטראכט די רעזולטאטן פון דעם ענטפער. דאס פאסירט אסאך מאל ווען דער עד ענטפערט אויף א פראגע אויף וועלכע ער אדער זי ווייסט נישט אפילו דעם אמת.
אין געריכט זאל איז פארהאן א ספעציעלע שטול וואו מען זעצט אראפ די עדים און די אדוואקאטן פרעגן זיי אויס. צום ערשט שטעלט דער תובע'ס אדוואקאט פאר זיינע עדים און דער ניתבע'ס אדוואקאט האט די ברירה אויסצופרעגן די זעלבע עדים אויף אנדערע ערליי וועגן וועלכע זאלן ארויסברענגן אנדערע פונקטן אדער ברענגן צו א סתירה. איינמאל דער תובע'ס אדוואקאט איז פארטיג מיט זיינע עדות זעצט מען ארויף דעם ניתבע'ס עדים און מען פרעגט זיי אויס אויפ'ן זעלבן סיסטעם. יעדעס ווארט ווערט אראפגעשריבן און רעקארדירט דורך א געהילף וועלכע זיצט אויף די לינקע זייט פונעם ריכטער און יענער מוז אויפמערקזאם מאכן אויב איינער זאגט פארקערט ווי פריער אדער אויב איינער ווערט געכאפט ביי א ליגנט.
אין דער דעמאקראטישע אמעריקע וועגט מען די עדות'שאפטן און ראיות פון ביידע זייטן און דער תובע קען נאר געווינען אויב ער האט מער באווייזן ווי דער ניתבע. אויב ביידע צדדים שטייען אייניג מיט די באווייזונגן דעמאלט ווארפט דער ריכטער ארויס די קלאגע. דאס איז אבער נאר אין א ציווילע געריכט. ביי א קרימינאלע פראצעס מוז דער אנגעקלאגטער איבערוועגן די באווייזן כדי צו געווינען דעם קעיס.
ביים ענדע פון פראצעס דארפן ביידע אדוואקאטן געבן א שליסונג סטעיטמענט אין וועלכע זיי מאכן דעם סך הכל פון אלע פאקטן און באווייזונגן וועלכע זענען דורכגעארבעט געווארן במשך די גאנצע פראצעס. די שליסונג סטעיטמענטס ווערן געמאכט ערשט דורך דעם תובע'ס צד דערנאך דורך דעם ניתבע'ס צד און צום לעצט האט דער תובע'ס צד נאך איין שאנס אפצואווארפן אדער קלאר מאכן עפעס וועלכע די אנדערע צד האט געזאגט.
אין פעלער ווען עס איז פארהאן א דזשורי, ערקלערט דער ריכטער פאר די דזשורי וועלכע זייט האט מער באווייזונגען און וויאזוי מען שטעלט צו דאס געזעץ. די דזשורי ווערט דאן אריינגעשיקט אין א צימער פאר פריוואטע דיסקוסיעס אין וועלכע זיי דארפן זיך פאראייניגן אונטער איין אפמאך און דארפן באשטימען א פארגייער וועלכער וועט זיי רעפרעזענטירן אין געריכט.
אויב זיי קענען נישט טרעפן א פארגייער דעמאלט וועט דער ריכטער זיי איינטיילן איינעם.
איינמאל זיי קומען צו א באשלוס דעמאלט זעצט מען זיי צוריק אויף זייערע זיצן און דער פארגייער ליינט אויף דעם אורטייל. אין טייל פעלער קענען זיך די דזשורי נישט פאראייניגן און מען מוז זיי געבן מער צייט אבער דאס געריכט גיט זיי א לימיט ווען זיי מוזן ארויסקומען סיי וויאזוי. דאס ווערט אנגערופן א דעדלאק דזשורי אדער א הענגנדיגע דזשורי. אין אזא פאל קען דאס פירן צו א מיסטרייל וואס טייטש אז דער ריכטער קען נישט געבן קיין אורטייל און די אדוואקאטן מוזן געפינען א נייע וועג וויאזוי איבער צו מאכן דעם פראצעס.
אויב די דזשורי בארעכטיגט דעם תובע דעמאלט דארף דער ריכטער אורטיילן ווי שטארק צו באשטראפן דעם ניתבע.
אפיעל
נאכ'ן אורטייל איז נאך אלץ פארהאן אסאך ארבעט פאר די אדוואקאטן אויב דער תובע געווינט. די אדוואקאטן דארפן אויסארבעטן א וועג וויאזוי צו פארמאליזירן דעם אורטייל און אויב מען דארף באצאלן געלט וויאזוי און ווען דאס זאל פאסירן.
דער תובע דארף זיך זארגן אז דער אורטייל זאל ארויפגעצווינגן ווערן אויף דעם ניתבע. דאס ווערט דורכגעארבעט מיט'ן געריכט קלוירק און עס זענען פאראן פארשידענע מיטלן וויאזוי דאס אויסצופירן און איז געוואנדן לויט די סטעיט'ס געזעצן.
איינמאל דער אורטייל איז ארויסגעגעבן געווארן איז דער פראצעס פארטיג אפילו אויב מען טרעפט נייע עדות אדער אינפארמאציע. די איינציגסטע מעגליכקייט איז צו אפיעל'ן צו א העכערע געריכט אבער דאס איז נאר אויב עס איז פארהאן א שטארקע סיבה דערצו, ווי נייע עדות, פרישע אינפארמאציע, אדער אויב איינע פון די אדוואקאטן האלטן אז דער אורטייל איז געווען זייער אומ'יושר'דיג. די אפיעל געריכט וועט באטראכטן די אינפארמאציע און וועט באשליסן אויב דאס איז גענוג א שטארקע סיבה צו אקצעפטירן דעם אפיעל.
אן אפיעל געריכט גייט געווענליך שנעלער ווייל רוב אינפארמאציע איז שוין פעסגעשטעלט און דער ריכטער דארף נאר צושטעלן די נייע אינפארמאציע אדער באשליסן צי דאס ערשטע געריכט האט גוט געאורטיילט. עס מאכט זיך אסאך אז א ריכטער פארזעט עפעס און דער אפיעל ריכטער טוישט דעם אורטייל צוליב דעם.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!