רוי:רבי בן-ציון ראבינאוויטש
געבורט | ח' אדר ה'תרצ"ה |
---|
הרב בצלאל שמחה מנחם בן-ציון ראבינאוויטש (בש"ם בנציון; געבוירן ח' אדר ה'תרצ"ה, 1935) איז דער ביאלער רבי און דער מחבר פון די ספרים "מבשר טוב". ער איז א מיטגליד פון דער מועצת גדולי התורה פון אגודת ישראל. ער איז געווען אב"ד פון לוגאנא, שווייץ פון תשל"ט ביז תשע"א. היינט וואוינט ער אין צפת.
לעבנסגעשיכטע
רבי בן-ציון איז געבוירן געווארן אין שעדליץ, פוילן, דער יונגסטער זון פונעם ביאלער רבי'ן רבי יחיאל יהושע, דער "חלקת יהושע".
ווען נאצי דייטשלאנד האבן אינוואדירט שעדליץ אין 1939, איז די ראבינאוויטש משפחה, צוזאמען מיט אסאך שעדליצער אידן, אנטלאפן קיין מזרח פוילן, אין דעם שטח וואס די רויטע ארמיי האט געכאפט דורכן ריבענטראפ מאלאטאוו אפמאך. די משפחה האט די סאוועטע רעגירונג דעפארטירט אין סיביר. אין 1942 זענען די ראבינאוויטש קינדער (אחוץ דער עלטסטער ברודער רבי ירחמיאל צבי) אנגעשלאסן געווארן אין די טעהראן קינדער.
רבי בן-ציון איז אנגעקומען אין ארץ ישראל א טאג פאר פורים תש"ג וואו דער פאנעוועזשער רב, הרב רבי יוסף שלמה כהנעמאן, האט אים געהאדעוועט מיט א גרופע פון די טעהראן קינדער. שפעטער האט ער געלערנט אין דער פאניוועזשער ישיבה ביי רבי דוד פאווארסקי און רבי שמואל ראזאווסקי.
אין תשי"ז האט ער געהייראט אין סונדערלאנד, ענגלאנד, מרת ביילא ברכה, די טאכטער פונעם סונדערלאנדער רב, הרב אברהם משה באב"ד. נאך זיין חתונה האט ער געלערנט אין דעם געיטסהעדער כולל.
קינדער
- הרב לייבוש, איידעם פון הרב רבי אליהו שטערנבוך פון אנטווערפן; רב פון "שערי תפילה" אין פרעסטוויטש, מאנטשעסטער.
- הרב דוד מאניש, איידעם פון רבי חנניה יו"ט ליפא מייער-טייטלבוים, דער סאסאווער רבי.
- הרב יוסף, איידעם ביים קאפיטשניצער רבי'ן
- הרב צבי.
- הרב אברהם משה, האט געהייראט פערל מלכה, טאכטער פון שמעלקא האלפערט
- די ווייב פון הרב אברהם יצחק ווייס.
- די ווייב פון הרב מרדכי וויינבערג, סלאנימער רב אין לאנדאן.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!