רוי:ועד ארבע ארצות
ועד ארבע ארצות (קאָמיטעט פון 4 לענדער), נאָמען פון דער יידישער אויטאָנאָמיע-פאוואַלטונג אין פּוילן און לִיטע אין די יאָרהונדערטער 16, 17 און אַ העלפט פון 18, אַלע יידישע קהלות אין פּוילן און ליטע, וועלכע זענען דעמאָלט געווען איין מדינה, האָבן געהאַט זייערע אייגענע אָרטיקע פארוואלטונגען וועלכע האָבן געהאַט באַשטימטע רעכט איינצומאָנען די שטייערן פון די אידן, צו אורטיילן אין געוויסע פּראָצעסן, פארוואלטן מיט די דערציאונגס־אינסטיטוציעס, פילאַנטראָפּישע אַנשטאַלטן. כדי איינצופירן אָרדענונג אין די אַלע ענינים און אויך צו פארהאַנדלען מיט דער רעגירונג, האָבן די אידן אין די 4 לענדער פון פּוילן (גרויס־פּוילן, קליין־פּוילן, רייסן און ליטע) דערוויילט פון זיך אַ ועד, אַ קאָמיטעט, וועלכער איז געווען די אָפיציעלע פאַרטרעטערשאַפט פון די פּוילישע אידן, און דער דאָזיקער ועד האָט אָנגענומען תקנות, באַשטימט די שטייערן, אַרויסגעגעבן אורטיילן אין וויכטיקע ענינים, פארהאַנדלט מיט דער רעגירונג.
אין די ערשטע צייטן האָט מען אים גערופן „ועד חמש ארצות”, ווייל מען האָט איינגעטיילט באַזונדער [וואלין|װאָלין]] און מזרח־גאַליציע און זיי באַטראַכט אַלס צוויי באַזונדערע לענדער; נאַכער האָט מען אים גערופן „ועד ארבע ארצות”, און אַפילו אין אַ צייט שפּעטער אין יאָר 1623, ווען ליטע און רייסן האָבן זיך אָפּגעטיילט באַזונדער און געמאַכט אַ באַזונדערן ועד פון די מדינות אַרום בריסק, פּינסק, גראָדנע, ווילנע און סלוצק, איז אָבער כסדר געבליבן דער נאָמען „ועד ארבע ארצות”.
דאָס ערשטע מאָל געפינען מיר דערמאָנט דעם נאָמען פון ועד אין די הסכמות פון די רבנים אויף דעם ש"ס געדרוקט אין לובלין 1551–1580; שפּעטער, אין יאָר 1596 געפינען מיר אַ פּסק פון ועד אין ספר „נתיבות עולם” פון רבי ליווא (מהר"ל) פון פּראג. דער ועד איז געווען אַ סאָרט קאָנגרעס פון די אידן אין פּוילן; יעדע מדינה האָט געוויילט אין ועד צו 2־3 דעלעגאַטן, אַחוץ די ספעציעלע פאָרשטייער פון די גרויסע קהלות (פּויזן, קראָקע, פּשעמישל, בריסק, פּינסק, לובלין און אַנדערע),ווי אויך אָנגעזעענע רבנים, וועלכע האָבן געבילדעט ביים ועד אַ באַזונדערן בית־דין צו אַנטשיידן וויכטיקע רעליגיעזע פראַגן, דין־תורות ווישן קהלות וכדומה.
דער ועד פלעגט צוערשט צונויפקומען זיך איינמאָל אין יאָר. דערנאָך 2 מאָל אין יאָר, מייסטנס אויף די גרויסע ירידים אין יעראָסלאַוו און לובלין, אָבער טיילמאָל אויך אין אַנדערע ערטער.
די תקנות פון ועד זענען פאַרשריבן גוואָרן אין אַ ספּעציעלן „פּנקס”, פון וועלכן מען פלעגט איבערשרייבן אין די פּנקסים פון די באַזונדערע קהלות, דער הויפּט־פּנקס פון פּוילישן ועד ארבע ארצות איז פאַרלוירן געגאַנגען (דער פּנקס פון ליטווישן איז יאָ געבליבן), אָבער איבערשרייבונגען פון אים זענען געבליבן אין די פּנקסים פון איינצלנע קהלות (קראָקע און אַנדערע); מייסטנס זענען דאָס תקנותוואָס דאַרפן שיצן די אידן קעגן בלבולים (נישט אַרענדירן דעם אָפּצאָל פון אַלקאָהאָל וכדומה), אַנטשיידונגען אין מחלוקת צווישן קהלות און רבנים, אָפּשאַצונגען פון שטייערן, וויפיל יעדע קהלה דאַרף צאָלן וכדומה; טיילמאָל אויך חרמים אויף פּערזאָנען וואָס ברענגען שאָדן דעם כלל ישראל (ווישן אַנדערע דער חרם אויף דער שבתי־צבי־באַוועגונג); דער ועד ארבע ארצות איז אָפּגעשאַפט גוואָרן דורך דעם פּוילישן סיים אין יאָר 1764.
וועגען ועד ארבע ארצות זענען געשריבן גוואָרן פיל ביכער און אָפּהאַנדלונגען; אין גרעצעס געשיכטע, העברעאישער איבערזעצונג פון שפר, באַנד 7 צום סוף אין דעם ציון י' און דאָרט האַרקוויס באַמערקונגען „חדשים וגם ישנים” אין באַנד 8 זענען פאראן זייער ווערטפולע פאָרשונגען וועגן ועד; וויכטיק זענען אויך דעמביצערס באַמערקונגען אין „כלילת יופי”, אין פּנקס קראָקע (פון דעמביצער,וועטשטיין), דובנאָווס פארעפנטלעכטער „פּנקס המדינה” (בערלין 1925) פון ליטע, און דובנאָווס אַריינפיר און באַמערקונגען.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!