רוי:אן-סטאר

פון המכלול
ווערסיע פון 23:19, 23 מאי 2024 דורך בוט צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (הוספת קישור בינוויקי en:OnStar)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
אן סטאר לאגא

אן-סטאר איז א טעלעמעטיק סערוויס אין דזשי.עם. אויטאס וועלכע קאסט א מאנאטליכע אפצאל.

די יסודות

דזשי-עם האט אנגעהויבן אריינשטעלן די אן-סטאר סערוויס אין 1996 אלס א זיכערהייט געצייג מיט וועלכע מען האט געקענט רופן פאר עמוירדזשענסי מיט א דרוק אויף א קנעפל אין א צייט ווען סעליולער זענען נאך נישט געווען אזוי אויפגעכאפט. ווען מען האט געדרוקט אויף דעם אן-סטאר קנעפל איז מען באהאפטן געווארן צו א לעבעדיגע מענטש וועלכער האט געגעבן עצות ווי אזוי זיך צו באגיין אין אן עקסידענט און האט גערופן עמוירדזשענסי. דער סערוויס מאן האט געקענט גענוי זען וואו דער אויטא געפינט זיך און מיט דעם האט ער געוואוסט צו אנגעבן די עמוירדזשענסי אגענטורן די גענויע פלאץ וואו דער באטרעפענדער געפינט זיך.

אן-סטאר איז נאך היינט אויך בעיקר אן עמוירדזשענסי סערוויס און רוב מענטשן נוצן עס נאר צו דעם. אבער מיט דעם קומט היינט א רייע אנדערע סערוויסעס וועלכע אן-סטאר האט פארצולייגן. אנגעפאנגן פון טרעפן א גוטע רעסטוראנט ביז א סטאק פרייז.

די סערוויס ווערט אנגערופן א טעלעמעטיק סערוויס וויבאלד עס פארבינדט עטליכע טעכנאלאגיעס אינאיינעם צו מאכן דעם סיסטעם עפעקטיוו. עס נוצט סעליולער טעכנאלאגיע צו קאמיוניקירן מיט די מויל, דזשי-פי-עס סערוויס צו דערגיין די גענויע פלאץ וואו דער אויטא געפינט זיך, און א רייע עלעקטראנישע דעווייסעס וועלכע זענען אנגעבינדן דערצו.

די מאדעלן וועלכע זענען אויסגעשטאט מיט אן-סטאר פארמאגן א קליינע עלעקטראנישע פאנעל וועלכע ליגט אויפ'ן צענטער שפיגל, אויפ'ן דעשבאורד, אדער העכער'ן קאפ, געוואנדן לויט'ן מאדעל. די פאנעל באשטייט פון דריי קנעפלעך. די בלויע קנעפל פארבינדט דעם דרייווער מיט א לעבעדיגע מענטש אדער קאמפיוטערייזד קול. די רויטע קנעפל איז געמאכט פאר עמוירדזשענסיס, און די ווייסע קנעפל איז א טעלעפאן סערוויס מיט וועלכע מען קען מאכן טעלעפאן קאלס גענוי ווי מיט א סעליולער.

אן-סטאר קען מען נישט אריינשטעלן אין יעדע אויטא און די איינציגסטע וועג דאס צו האבן איז צו קויפן א נייע דזשי-עם אויטא וועלכע קומט שוין מיט אן-סטאר. דזשי-עם גיט די סערוויס אין איבער 50 מאדעלן פון אירע מאדעלן אריינגערעכנט פון די בראנד נעמען שעווראלעט, פאנטיאק, דזשי-עם-סי, ביוק, סעטרון, און האמער. מיט די יארן האט די סערוויס אויך דעגרייכט אנדערע אויטא פירמעס ווי אודי, איסטוזו, און פאלקסוואגן. רוב מאדעלן קומען מיט אן-סטאר אלס סטאנדארט און טייל קען מען דאס צו באשטעלן אלס א זיכערהייט פונקציע. דזשי-עם פלאנט צו האבן אן-סטאר אין אלע אירע מאדעלן ביז ענדע 2007.

דזשי-עם האט באלד געהאט א גרויסע סוקסעס אין צפון אמעריקע און האט זיך פארשפרייט אויך אין אייראפע אבער זי איז שטארק דורכגעפאלן און האט געמאכט זייער ווייניג סעילס (פארקויפונג).

די קאמפיוטערייזד טעכנאלאגיעס אין דעם אן-סטאר סיסטעם איז שטודירט און אנטוויקעלט געווארן דורך איי-בי-עם אין די אנפאנג 1990ער יארן. גאנץ אנפאנג איז דאס באשטאנען פון א טרייבל גענוי ווי די קאר טעלעפאנען פון יענע צייטן אבער דזשי-עם האט דאס שנעל איבערגעטוישט צו די האנט פרייע סיסטעם.

די טעכנאלאגיע פון אן-סטאר

כדי צו מאכן אן-סטאר ארבעטן דארף מען האבן די פאלגענדע טעכנאלאגיעס: סעליולער, וואויס רעקאגנישן,דזשי-פי-עס, און טעלעמעטרי.

די סעליולער סערוויס איז געווען די ערשטע האנט פרייע סעליולער וועלכע לאזט דעם דרייווער דרוקן א קנעפל און ער זאגט אריין די נומערן און עס קלינגט באלד צו יענעם. די נומערן קענען פון פריער אריינגעשטעלט ווערן אז מען זאל נאר דארפן אויסרופן א נאמען און עס וועט זיך אליינס רופן. די סעליולער איז גארנישט אנדערש ווי א טראדיציאנאלע סעליולער מיט'ן אויסנאם אז עס כאפט פיל בעסער זינט עס פארמאגט 6 מאל אזויפיל וואטס פאר די אנטענא. אן-סטאר ארבעט אין פלעצער וואו סעליולערס ארבעטן נישט אבער נאך אלץ ארבעט עס נישט איבעראל.

גענוי ווי א סעליולער קענען די אויטא אייגנטומער באשטעלן די סערוויס אין פעקעדזשעס פון מינוטן.

ווען מען דרוקט דעם צווייטן קנעפל פאר אינפארמאציע ווערט מען ערשט באהאפטן צו א קאמפיוטער סיסטעם מיט וועלכע מען קען אויפקוקן אלע סארט אינפארמאציע וועלכע איז פאראן אויף די אינטערנעט. צום ביישפיל אויב וועט דער דרייווער וועלן וויסן די וועטער וועט ער אויסרופן די ווערטער "וועטער" און עס וועט באלד אויפליינען די וועטער אינפארמאציע דארט ווי ער געפינט זיך זינט דער סיסטעם ווייסט שטענדיג גענוי ווי דער אויטא געפינט זיך.

צו טוישן גערעדטע ווערטער צו טעקסט און שפעטער פארקערט פון טעקסט צו ווערטער נוצט עס א טעכנאלאגיע וועלכע ווערט גערופן וואויס עקס-עם-על. דער קאמפיוטער וועט שטענדיג טוישן אלעס אויף טעקסט און ווען דער ענטפער קומט איז עס א פאלשע מענטש וואס רעדט איבערקייענדיג די טעקסט.

אן-סטאר קען מיטהאלטן שטענדיג וואו יעדע אויטא געפינט זיך און צו דעם נוצן זיי א פארגעשריטענע דזשי-פי-עס סיסטעם וועלכע נעמט אינפארמאציע פון די 4 דזשי-פי-עס סעטעלייטס וועלכע געפינען זיך אין ספעיס און שיקט דאס אריבער צו די צענטראלע קאמפיוטער סיסטעם פון וואו עס ווערט ווייטער געשיקט צום אויטא דורך די סעליולער סיגנאלן.

יעדע אן-סטאר עקוויפטעט אויטא פארמאגט א כמו שווארצע שאכטל וועלכע רעקארדירט די דאטא אינפארמאציע פון דעם אויטא'ס קאמפיוטער אין פאל עס פאסירט אן עקסידענט. פון די דאטא ווען אן-סטאר אליינס וויסן ווען עס האט פאסירט אן עקסידענט ווייל אויב עפעס מאדנע פאסירט וועט דאס אלאמירן די אן-סטאר קאל צענטער און אן אפערעיטאר וועט רופן צו דעם אויטא זען אויב יעדער איז אין ארדענונג.


סערוויסעס

אן-סטאר האט דריי סובסקריפשן פלענער צווישן 17$ און 70$ פער מאנאט. רוב פון די סערוויסעס קענען גענוצט ווערן דורך די דריי קנעפלעך און אנדערע סערוויסעס זענען נאר צוגעשטעלט ווען מען רופט דירעקט פון א טעלעפאן. פלאן נומער איינס רופט זיך די זיכערהייט און וואויס פלאן און פארמאגט די פאלגענדע סערוויסעס:

1) אויטמאטישע מעלדונג אויב די עירבעג מאכט זיך אויף. אין אזא פאל וועט אן אפערעיטאר באלד רופן און אויב קיינער וועט נישט ענטפערן וועט ער באלד רופן עמוירדזשענסי. דאס זעלבע איז אויך ווען איינער אינעם אויטא ענפטערט אז יא, ער/זי דארף הילף.

2) דאס זעלבע איז אויב מען דרוקט די רויטע קנעפל און מען פארלאנגט עמוירדזשענסי הילף. דער אפערעיטאר ווייסט באלד וואו דער אויטא געפינט זיך און רופט הילף.

3) אויב דער אויטא ווערט גע'גנב'ט וועט דער אייגנטומער אנרופן אן-סטאר דורכ'ן טעלעפאן און ביז עטליכע סעקונדן וועט ער וויסן וואו זיין אויטא געפינט זיך.

4) אויב שפארט מען אויס די שליסלעך איז עס נישט קיין פראבלעם. מען רופט אן-סטאר און זיי שפארן אויף דעם אויטא. דאס ווערט געשיקט דורך א סעליולער סיגנאל וועלכע איז באהאפטן צום אויטא'ס קאמפיוטער פון וואו אלע פונקצעס ווערן געפירט.

5) דער אויטא ווערט אונטערגעזוכט איינמאל א מאנאט אויטאמאטיש. אן-סטאר איז באהאפטן צום אויטא'ס קאמפיוטער און באקומט באריכטן וואס איז דער מצב מיט אלע הויפט קאמפאנענטן. אויב עס איז פאראן א פראבלעם וועט אן-סטאר אויטאמאטיש שיקן א מעסעדזש צום דרייווער.

6) סעליולער סערוויס. עס זענען פאראן פארשידענע פלענער און מען קען אויך צושטעלן אן עקזיסטירנדע סעליולער פלאן מיט ווערייזן און אזוי ארום זיך טיילן מיט די מינוטן.

7) אויב מאכט זיך א פראבלעם קען מען רופן דעם אפערעיטאר און בעטן סיי וואספארא הילף. רופן א טאואינג טראק אדער א גאזאלין סטאנציע ווען מען גייט פלוצלינג אויס פון גאזאלין.

8) אויב האט מען אן עקסידענט רופט מען אן-סטאר און זיי גיבן די בעסטע עצות וואס צעטאן און וועמען צו רופן. זיי גייען איבער א ליסטע פון פראגעס און באהאנדלן די סיטואציע לויט דעם. דאס איז ספעציעל גוט ווען מען געפינט זיך אין דער פרעמד און מען ווייסט נישט וועמען צו רופן.

9) אויב האט מען פארגעסן וואו מען האט געפארקט דעם אויטא רופט מען אן-סטאר און זיי צינדן אן די אלארם און העדלייטס און דער אייגנטומער קען גרינג טרעפן זיין אויטא.

10) אינפארמאציע פון די בלויע קנעפל וועלכע אנטהאלט אי-מעיל סערוויס, אלע סארט נייעס, סטאק אינפארמאציע, און וועטער פאר יעדע שטאט איבער אמעריקע און קאנאדע.

די צווייטע פלאן רופט זיך די דירעקציעס און קאנעקשענס. עס פארמאגט אלעס וואס די ערשטע און די פאלגענדע:

1) דירעקצעס וועלכע מען באקומט פון א לעבעדיגע מענטש.

2) אויב מען קען נישט מער דרייוון, צי ווייל מען איז מיד אדער סיי וועלכע סיבה, וועט אן אן-סטאר אפערעיטאר רופן א טעקסי אין די געגענט.

3) אינפארמאציע וואו מען קען טרעפן א האטעל, רעסטוראנט, ביזנעס, אדער עי-טי-עם מאשין.

א דריטע פלאן רופט זיך די לוקסוס און פרייהייט. עס פארמאגט אלעס ביז אהער און אויך פערזענליכע סערוויס מיט וועלכע מען קען טאן סיי וואס. מען קען באשטעלן א פליגער טיקעט, באשטעלן א האטעל, רענטן אן אויטא, באצאלן א ביל א.א.וו.


צופיל אינפארמאציע?

די סערוויסעס זענען זייער באקוועם אבער אין דער זעלבער צייט רעקארדירט מען אלעס פון דעם אויטא און אזוי אויך וויאזוי דער דרייווער פירט זיך אויף. דער סיסטעם וועט וויסן ווי שנעל מען איז געפארן און אויב מען האט אנגעהאט סיט בעלטס אדער נישט. דזשי-עם אליינס זאגט אז זי נוצט די דאטא צו מאכן שטודיעס לויט די אויפפירונג פון דרייווער און דורך דעם וועט זי קענען פראדוצירן בעסערע אויטאס.

אבער דזשי-עם פארמאגט אן אייגענע אינשורענס פירמע און אויב איינער טוט אביסל ווילדע זאכן וועט זיין אינשורענס פירמע דאס וויסן ווייל עס איז די זעלבע פירמע. און אויב פאסירט אן עקסידענט קען מען נישט זאגן קיין ליגנט ווייל אן-סטאר ווייסט אלעס. עס ווייסט גענוי וואו דער אויטא געפינט זיך יעדע מינוט אין טאג און דאס אליינס איז א פראבלעם פאר טייל מענטשן.

יעדער וויל האבן אלע טעכנאלאגיעס אבער אין דער זעלבער צייט וויל מען זיין פריי. דאס ארבעט אבער נישט אינאיינעם. אז מען האט אן-סטאר קען מען נישט לעבן קיין אונטערערדישע לעבן און אויב וויל מען וויסן אז מען איז פריי פשוט פאר די רואיגקייט דערפון איז אן-סטאר זייער נישט קיין גוטע זאך.


קאנקורענט

אזא סערוויס ווי אן-סטאר קען מען נאר באקומען מיט דזשי-עם און דאס פארלאנגט צו קויפן א דזשי-עם אויטא. אנדערע אויטא פירמעס האבן ענליכע סיסטעמען מיט די זעלבע געדאנקן אבער קיין איינע פון זיי קומען נישט נאנט צו אן-סטאר. פארד רופט איר סיסטעם "רעסקיו", וואלווא האט א סערוויס מיט'ן נאמען "אן קאל", בי-עם-דאבעליו רופט איר סערוויס "עסיסט", און מערצעדעס רופט איר סערוויס "טעלע-עיד ענד קאמענד".

די יאפאנעזער אויטא פירמעס טאיאטע און האנדא האבן ביידע זיך איינגעשריבן ביי דזשי-עם פאר די לייסענס צו נוצן די אן-סטאר סערוויס אין זייערע אויטאס. אבער נאך עטליכע יאר האבן ביידע דאס אפגעווארפן און באשלאסן צו מאכן אייגענע סיסטעמען. דערווייל זענען זייערע סיסטעמען נאר פאראן אין יאפאן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!