רוי:די מאַסענאַ בלוט בלבול

פון המכלול
ווערסיע פון 23:22, 23 מאי 2024 דורך בוט צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (הוספת קישור בינוויקי en:Massena blood libel)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש


די מאַסענאַ בלוט בלבול איז געווען אן עלילת דם, אום סעפטעמבער 1928, קעגן די אידן אינעם קליין שטעטל מאסענא, ניו יארק, וועלכע זענען פאלשערהייט באשולדיגט געווארן אין פארכאפן און אומברענגען א קריסטליך מיידל, אין א 'ריטואלע מארד'.

דעם 22'סטן סעפטעמבער, 1928, צוויי טעג פאר יום כיפור, איז די פיר־יעריגע מיידל בארבארא גריפפיטס געגאנגען שפאצירן, אבער זי האט זיך נישט אומגעקערט אהיים נאך איר שפאציר, ווערנדיג פארבלאנדזשעט אין וואלד.

נאך א לאנגע אומערפאלגרייכן זוכעריי דורך די איינוואוינער פון דעם שטעטל, אינאיינעם מיט די פאליציי, האבן אומבאגרינדעטע קלאנגען און שמועות אנגעהויבן צירקולירן צווישן די איינוואוינער אז די מיידל איז פארכאפט און אומגעברענגט געווארן דורך די אידן, פאר רעליגיעזע צוועקן, וויבאלד זיי האבן געדארפט בלוט פאר דעם קומענדיגן יום טוב.

דעם קומענדיגן טאג האט די סטעיט פאליציי אויסגעפרעגט מאריס גאלדבערג, א איד נישט קיין גרויסער תלמיד חכם, וועלכער איז געווען אפגעפרעמדט פון אידישקייט, און נאכן געבן צעמישטע ענטפערס, האט דאס איבערגעלאזט די פאליציי קווענקלדיג אז אפשר האבן די אידן טאקע אומגעברענגט די מיידל פאר רעליגיעזע צוועקן.

די פאליציי האבן דאן גענומען דעם אידישן רב רבי בערל ברענגלעס אויף א שטרענגע פארהער, אבער דער רב האט אפגעווארפן זייערע זינלאזע טענות און פארדאכטן, און זיי אנגעשריגען פארן גלייבן אזעלכע ליגענטס.


דער רב האט אויפגעוויזן פאר די שטאַטס פאליציי אויספארשער אז בלוט איז פארבאטן צו אידן, און ווי די תורה ווארנט נישט צו עסן קיין בלוט. זיינע ווערטער האבן געווירקט אויף די אויספארשער, און זיי האבן אים באפרייט, אבער די אויספארשונג האט פארגעזעצט.

שפעטער אין טאג איז די מיידל אפגעפינען געווארן, בערך א מייל אוועק פון איר הויז. די פאליציי האבן איר גענומען אויף אן אויספארשונג צו זען אויב די אידן זענען געווען פארמישט, אבער זי האט נישט געוואוסט וואס מען וויל פון איר. זי האט דערציילט פאר די אויספארשער אז זי איז פארלוירן געווארן אין וואלד און איינגעשלאפן. אזוי איז די זינלאזע בלוט בלבול געקומען צו אן ענדע.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!