רוי:רבי משה יהודה לייב פרידמאן

ווערסיע פון 22:02, 17 דעצעמבער 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "[[חיים מאיר יחיאל שפירא" ב־"[[רבי חיים מאיר יחיאל שפירא")

רבי משה יהודה לייב פרידמאן זצ"ל (חמשה עשר בשבט ה'תרכ"ה - י' אלול ה'תש"ז), פון פאשקאן.

אפשטאם

רבי משה יהודה לייב איז געבוירן חמשה עשר בשבט ה'תרכ"ה, צו זיין פאטער הרב יצחק פרידמאן פון באהוש, א זון פון הרב רבי שלום יוסף פרידמאן פון סאדיגורא, א זון פון הרב ישראל פרידמאן פון רוזשין, א זון פון הרב שלום שכנא, פון פראהבישטש, א זון פון הרב רבי אברהם המלאך, דער חסד לאברהם, א זון פון הרב דוב בער, דער מעזריטשער מגיד. און צו זיין מוטער מרת שיינא רחל א טאכטער פון הרב דוד האגער פון זאבלאטאווא זון פון אהבת שלום פון קאסאוו, און אן איידעם פון רבי משה לייב סאסאווער.

רבנות

נאך זיין פאטער'ס פטירה - י' אלול ה'תרנ"ו - האט רבי משה יהודה לייב זיך באזעצט אין פאשקאן און ער האט דארט אויפגעשטעלט זיין הויף, נאך די צווייטע וועלט קריג איז ער געווען אין בוקארעסט.

דער פריערדיגער סקולענער רבי, רבי אליעזר זוסיא פארטוגאל האט פארציילט: ווען זיין זון דער היינטיגער סקולענער רבי איז אלט געווען ניין יאר, איז ער פלוצלינג קראנק געווארן, און זיין מויל איז פארקרימט געווארן, ס'האט זיך שטארק אנגעזען אויף זיין געשטאלט, און ווען ער האט גערעדט האט עס אויסגעזען ווי זיין מויל איז אויף איין זייט. דער סקולענער רבי איז אריבערגעפארן קיין פאשקאן מיט זיין יונגעל אין זיך אויסגערעדט פאר זיין רבי'ן רבי משה יהודה לייב זיין עגמת נפש. אין מיטן טיש האט רבי משה יהודה לייב זיך אויסגעדרייט צום יונגל אין אים געזאגט שארפעהייט איך הייס דיר רעדן גלייך, דער סקולענער רבי האט אויסגעפירט, ער האט אים אוועקגענומען די קראנקייט פונקט ווי איינער נעמט אראפ א שטאפער פון א פלאש.

הסתלקות

רבי משה יהודה לייב איז נפטר געווארן אין בוקארעשט אין טאג פון זיין פאטער'ס יארצייט,י' אלול ה'תש"ז, און ליגט אין באהוש.

פאמיליע

רבי משה יהודה לייב האט געהייראט מרת אלטע נחמה גיטל, א טאכטער פון הרב נחום בער'ניו, פון סאדיגורא. זייערע קינדער:

  • רבי ישראל פרידמאן. ער האט געהייראו מרת צפורה א טאכטער פון הרב רבי חיים מאיר האגער, "דער אמרי חיים".
  • די ווייב פון ר אלימלך מילגראם פון תל אביב.
  • די ווייב פון ר אבא ענגלשטיין פון אנטווערפען.
  • די ווייב פון ר שמואל בארנשטיין פון ירושלים.
  • מרת חוה הי"ד, בזיווג ראשון די ווייב פון ר אהרן מתתיהו פרידמאן, בזיווג שני די ווייב פון ר ברוך אברהמוביץ.

זעט אויך

רעפערענצן

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
  • נר ישראל ח"ו בערכו (49)

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!