רוי:טויבן

פון המכלול
ווערסיע פון 10:44, 22 נאוועמבער 2022 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
טויב
שטאט-טויב (Columba livia) פֿליענדיק
שטאט-טויב (Columba livia) פֿליענדיק
וויסנשאַפטליכע קלאַסיפיקאַציע
קעניגרייך: בעלי חיים
שטאַם: Chordata
אונטער-שטאַם: רוקנביין מין
קלאַס: פויגל
סדר: Columbiformes
פאַמיליע: Columbidae
איליגער, 1811
געאגראפישע פארשפרייטונג פון דער טויבן פאמיליע
געאגראפישע פארשפרייטונג פון דער טויבן פאמיליע
אונטער-פאמיליעס

טויבן (Columbidae) זענען פאראן אומגעפער 310 זגאלן. די פייגל האבן באלייבטע קערפער, קורצע האלדזן און קורצע, דארע שנאבלען. טויבן עסן זוימענס, פרוכט און פלאנצן. די דאזיקע פאמיליע פון פייגל געפינט זיך איבער דער גארער וועלט, מיט א גרויסן אויסקלייב אין אינדאנעזיע און אויסטראלאזיע.

טויבן בויען נישטיקע נעסטן פון שטעקעלעך און אנדערע שטיקלעך מאטריאל וואס זיי געפינען, און זיי שטעלן דעם נעסט אין א בוים, א פעלדזנראנד אדער אויף דער ערד, לויטן זגאל. זיי לייגן איין אדער צוויי אייער, און ביידע עלטערן געבן אכט אויף די אייער און די יונגע אפרוחים, וואס פארלאזן דעם נעסט צווישן זיבן און 28 טעג.[1] אפטמאל וועלן זיי מאכן א נעסט אין א דאך פון א הויז, ספעציעל ווען עס געפינט זיך דארט א ציסטערנע מיט וואסער.

אין יידישקייט

טויבן, פון די מינים "תורים" און "בני יונה", זענען די איינציקע פייגל וואס מען מעג מקריב זיין אויפן מזבח אין דעם משכן אדער דעם בית המקדש.

רעפערענצן

  1. Crome, Francis H.J. (1991). Forshaw, Joseph (ed.). Encyclopaedia of Animals: Birds. London: Merehurst Press. pp. 115–116. ISBN 1-85391-186-0.


וועבלינקען