רוי:טוטאַנכאַמון

פון המכלול
ווערסיע פון 10:44, 22 נאוועמבער 2022 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

 

מאַסקע פֿון טוטאַנכאַמון

טוטאַנכאַמון ("לעבעדיק בילד פֿון אַמון") איז געװען אַ מיצרישער קעניג פֿון דער 18טער דינאַסטיע. ער איז געבױרן געװאָרן אין 1345 און איז געשטאָרבן אין יאָר 1327 פֿאַר דער ציװילער רעכנונג.

כאָטש ער איז ניט געװען קײן װיכטיקער קעניג, איז ער געװאָרן זײער אַ באַקאַנטער זײט 1922. דאָס יאָר האָט האַװאַרד קאַרטער, אַן ענגלישער עגיפּטאָלאָג, אַנטדעקט זײן קבֿר לעבן דער שטאָט לוקסאָר, מצרים.

אָט דער קבֿר איז דער אײנציקער קעניגלעכער קבֿר װאָס איז גאַנץ אַנטדעקט געװאָרן אינעם טאָל פֿון די מלכים. מע האָט געפֿונען אין דעם קבֿר טױזנטער אָביעקטן. די דאָזיקע אָביעקטן זענען אוצרות, סײ װײל זײ זענען אָפֿט גאָלדן, סײ װײל זײ לערנען די עגיפּטאָלאָגן אַ סך װעגן דעם טאָג־טעגלעכן לעבן פֿון די מיצרישע מלכים.