רוי:לאנדאנער זאא

פון המכלול
ווערסיע פון 10:16, 8 יולי 2024 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "דרויסנדע" ב־"דרויסנדיגע")
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
לאנדאנער זאא אין יאר 1828

ZSL לאנדאנער זאא איז דער עלצטער וויסנשאפטליכער זאא אין דער וועלט.[1] ער איז געעפנט געווארן אין לאנדאן דעם 27סטן אפריל 1828,[2] און די לכתחילה'דיגע כוונה איז געווען אז ער זאל זיין א זאמלונג פאר וויסנשאפטליכער שטודיע. ער איז געעפנט געווארן צום ציבור אין 1847.[1] היינט טוט דער זאא באהויזן 16,802 בעלי חיים פון 704 זגאלן, כמעט די גרעסטע זאמלונג אינעם פאראייניגטן קעניגרייך.[3]

דער זאא ליגט צו דער צפון זייט פון רעגענטס פארק (דער רעגענטס קאנאל רינט אדורך אים).[4] און זיין פארוואלטונג איז אונטער דער זאאלאגישער חברה פון לאנדאן (געגרינדעט 1826).[1] די חברה האט אויך א ברייט ארט אין וויפסנייד פארק זאא אין בעדפארדשיר וואו אהין מ'האט אריבערגעפירט די גרעסערע חיות, למשל העלפאנדן און נאז-הערנער.[5][6] אחוץ פון זיין דער ערשטער וויסנשאפטליכער זאא, דער לאנדאנער זאא האט אויך געעפנט דאס ערשטע רעפטילן הויז (1849), דער ערשטער ציבורישער אקוואריום (1853),[7] דאס ערשטע אינזעקטן הויז (1881) און דעם ערשטן קינדער זאא (1938).

די נענטסטע לאנדאנער אונטערגרונד סטאנציעס זענען קאמדן טוין and טשאלק פארם. די בוס רוטע 274 פארט לעבן דעם זאא.[8]

היסטאריע

זאנעס און אטראקציעס

אפריקאנישע פויגל סאפארי

אקוואריום

קינדער זאא

גארילא מלוכה

רעפטילן הויז

דאס רעפטילן הויז האט געעפנט אין 1927 אויסגעפלאנעוועט פון זשוין ביטשאם פראקטאר און סיר גי דויבער.[9]


די רעפטילן וואס וואוינען דארט שליסן איין יאשטשערקעס, טשערעפאכעס, קראקאדילן און שלאנגען; לעבן דעם הויז איז דער קאָמאָדאָ דראקאן הויז.

ארכיטעקטור אינעם זאא

רעפערענצן

  1. 1.0 1.1 1.2 "ZSL's History". ZSL. Retrieved 2008-03-05.
  2. "April 27". Today in Science History. Retrieved 2008-03-05. {{cite web}}: External link in |publisher= (help)
  3. "ZSL Animal Inventory". ZSL. 2006-12-31. Retrieved 2008-03-03. {{cite web}}: Check date values in: |date= (help)
  4. "Google Maps". Google. Retrieved 2008-03-05.
  5. "לאנדאנער העלפאנדן צו זיין צוזאמען מיט זייערע חברים אין וויפסנייד". ZSL. 2001-10-30. Retrieved 2008-03-05. {{cite web}}: Check date values in: |date= (help)
  6. "העלפאנדן פארלאזן לאנדאן". BBC News. 2001-11-01. Retrieved 2008-03-05. {{cite web}}: Check date values in: |date= (help)
  7. "די היסטאריע פונעם אקוואריום". ZSL. Retrieved 2008-03-06.
  8. "ווי מען געפינט אונז". ZSL. Retrieved 2008-03-05.
  9. "ZSL Architecture". ZSL. Retrieved 2008-03-06.


דרויסנדיגע לינקס

מוסטער:Coor title dms

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!