רוי:מאזלען

פון המכלול
ווערסיע פון 13:34, 12 נאוועמבער 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "({{דעסקריפציע.*?}})\n\n" ב־"$1")
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

מאָזלען איז א שטארק אנשטעקיקע ווירוס־אינפעקציע פון די אטעם-סיסטעם, אימיון סיסטעם און הויט. די סימפטאמען אנטוויקלען זיך 7-14 טעג נאך ווערן אנגעשטעקט, און הייבן אן מיט א הויכן פיבער, מען פארלירט דעם אפעטיט, די נאז רינט, און רויטע אויגן. נאך צוויי אדער דריי טעג קומט אן אוסשיט פון פלעקן איבער דעם קערפער.

אין אנטוויקלטע לענדער טוט מען אימוניזירן קינדער קעגן מאזלען מיט דעם דרייפאכיקן וואקסין ווען זיי זענען אלט 12 חדשים.

די ערשטע באריכטן וועגן מאזלען זענען פון בערך יאר 700. דער דאקטער אל ראזי האט געשריבן וועגן דער מחלה. אין 1954 האט דזשאן פרענקלין אנדערס געוויזן דעם ווירוס וואס שאפט מאזלען. אין 1963 האט מען אנגעהויבן פארשפרייטן דעם וואקסין קעגן דער קראנקייט.

עפידעמיאלאגיע

שטערבליכקייט פון מאזלען פאר א מיליאן מענטשן אין 2012

██ 0

██ 1–8

██ 9–26

██ 27–38

██ 39–73

██ 74–850

פראצענט פון דער באפעלקערונג אימוניזירט קעגן מאזלען

אין יאר 1980, איידער ס'איז געווארן איינגעפירט אימוניזירן קעגן מאזלען, איז די קראנקייט געווען פארלעסלעך פאר א וועלט־שטערבליכקייט פון 2.6 מיליאן[1] מענטשן א יאר. אויך היינט איז דאס דער פערט־גרעסטער גורם פון קינדער־טויט אין דער וועלט. די וועלט געזונט ארגאניזאציע שאצט אפ אז אין יאר 2010 זענען געשטארבן פון מאזלען 139,300 מענטשן, מערסטנס קינדער אונטער 5 יאר אלט. אין די שפורן פון איינפירונג אימוניזירונג איז אראפ די וועלט־שטערבליכקייט פון מאזלען 74% צווישן די יארן 2000 און 2010.

רעפערענצן

  1. Measles, אויף World Health Organization (American English)
P biology.svg דער ארטיקל בנוגע ביאלאגיע איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!