רוי:דאמפמאטאר

פון המכלול
ווערסיע פון 13:39, 26 אקטאבער 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "{{דעסקריפציע||ענגליש=" ב־"{{דעסקריפציע||ענגליש = ")
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

א דאַמפמאטאר איז א מאטאר וואס ניצט פארע פון קאכעדיגן וואסער צו ארבעטן. די ענערגיע אין דער הייסער פארע ווערט פארוואנדלט אין באוועגונג, וואס קען אפערירן מאשינען אין א פאבריק, אדער א באן אדער א שיף.

[דזשעימס וואט]] האט אנטוויקלט דעם דאמפמאטאר אין די 1770ער יארן, וואס האט געשפילט א גרויסע ראלע אין דער אינדוסטריעלער רעוואלוציע דורך איבערנעמען די ארבעט פון פערד, ווינטמילן און וואסערמילן.

כאטש דער דאמפמאטאר ווערט ווייניג געניצט היינט, אבער ער איז געווען דער פאראויסגייער פון די אלע היינטיגע מאטארן.

די הויפט טיילן פון א דאמפמאטאר זענען דער צילינדער און דער פיסטאן. דער דרוק פון דער פארע הייבט אויף דעם פיסטאן אין דעם צילינדער, און די באוועגונג פונעם פיסטאן קען מען אויסניצן אין פארשיידענע וועגן.

די ערשטע דאמפמאטארן האט מען געניצט אויסצוגראבן קוילן פון דער ערד און צו אפערירן פלומפן.

דרויסנדע לינקס

Gorilla-thinclient.svg דער ארטיקל בנוגע טעכנאלאגיע איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!