רוי:יומי דפגרא

פון המכלול
ווערסיע פון 08:23, 24 אקטאבער 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "קאַטעגאָריע:וויקידאטא שפראכן דעסקריפציע" ב־"")
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

 

יומא דפגרא (מערצאל: יומי דפגרא), ווערט באניצט אלס א נאמען פאר די טעג וואס די בחורים האבן נישט געהאט קיין לערעריי אין דער ישיבה, אזוי ווי צום ביישפיל: ראש חודש[1], חנוכה[2], ט"ו בשבט[3], ל"ג בעומר, ט"ו באב[4] אא"וו.

פילצאליגע מנהגים זענען געווארן פארבינדן מיט "יומי דפגרא". למשל, מען זאגט נישט קיין תחנון אין די טעג. אין געוויסע געמיינדעס איז איינגעפירט אז אן אבל גייט נישט דאווענען פארן עמוד.

מקור

יומי דפגרא איז א קורצער נאמען פאר דעם אראמישן באגריף יומי דמפגרי ביה רבנן. דאס הייסט טעג ווען עס איז נישט דא קיין לערעריי, און די תלמידים בלייבן אינדערהיים.

דער מקור און ווארצל פונעם אויבערדערמאנטן באגריף איז אין דער גמרא, שבת קכט, ב:

אמר רב יוסף: כי הוינן בי רב הונא, יומא דמפגרי ביה רבנן אמרי האידנא יומא דשפמי הוא ולא ידענא מאי קאמרי

דער באגריף איז געווען גאנץ פארשפרייט. רש"י האט דארט געטייטשט:

יומא דמפגרי ביה רבנן - שהיו התלמידים מתעצלין מלבא בבית המדרש קרי ליה יומא דשפמי

דאס הייסט, דער טאג איז פארביי געגאנגען, אהן דעם אז מען זאל אים אויסנוצן אזוי ווי ס'איז דארף צו זיין.

רעפערענצן

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!

  1. שו"ת חתם סופר, חלק ז, סימן כא.
  2. שו"ת עבודת הגרשוני, סימן יח; שו"ת פנים מאירות, חלק ב, סימן מז; תולדות יעקב יוסף, פרשת צו, ד"ה ובזה נבוא.
  3. שו"ת נשמת חיים, סימן קלד.
  4. קדושת לוי, ליקוטים, ד"ה מחמשה עשר.