מוסטער:האט איר געוואוסט
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
- זונטאג איז דער טאג ווען דער גן עדן איז באשאפן געווארן. טייל צדיקים האבן זיך געפירט צו עסן די סעודת מלוה מלכה אין דעם טאג, און טייל האבן נישט געזאגט תחנון. פון די אנדערע זייט, לויט פארשידענע שיטות טאר מען נישט האנדלען מיט קריסטן פון ארץ ישראל אין זונטאג (און צוויי טעג בעפאר), מען טאר מען נישט פראווען א חתונה, און מען זאל נישט מאכן א מילה שלא בזמנה.
- ביי חסידים איז אנגענומען אז לערנען מסכת קידושין איז א סגולה פאר שידוכים. טייל האבן זיך געפירט צו לערנען די מסכתא, צוזאמען מיט מסכת כתובות, אין יום טוב שבועות. די מסכתא שליסט סדר נשים לויטן אנגענומענעם סדר, אבער דער מאירי האט עס געשטעלט אין אנהייב.
- שבת בראשית האט געדינט אין אסאך קהילות אלס המשך צו שמחת תורה. עס זענען געווען איינגעפירט ספעציעלע פיוטים און יוצרות, כיבודים פאר דער חתן תורה און חתן בראשית, באזונדערע רעכטן פאר די חברה קדישא, און אין טייל קהילות האט מען געפראוועט די הקפות אין שבת בראשית נאך מוסף.