רוי:תקיעת שופר

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
תקיעת שופר
(הויפט מקורות)
תקיעה בשופר
תקיעה בשופר
מקרא במדבר כט, א
משנה מסכת ראש השנה, פרקים ג'-ד'
משנה תורה הלכות שופר וסוכה ולולב, פרקים א'-ג'
שולחן ערוך אורח חיים, סימנים תקפ"ה-תקצ"ו
ספרי מניין המצוות ספר המצוות, עשה ק"ע
ספר החינוך, מצוה ת"ה

תקיעת שופר איז א מצות עשה פון דער תורה, צו בלאזן שופר אין ראש השנה.

די תורה רופט אן די טאג פון ראש השנה ”יום תרועה”[1] ו”זכרון תרועה”[2], און חז"ל האבן ארויס געלערנט פון דעם אז מען דארף בלאזן מיט א שופר אין דעם טאג.

אין בית המקדש האט מען געבלאזן אויך מיט חצוצרות.

די סארטן בלאזן

תקיעה, שברים, תרועה און נאך א תקיעה

חז"ל האבן ארויס געלערנט אז די מצוה פון בלאזן מיטן שופר ראש השנה איז אזוי ווי די מצוה פון בלאזן ביים יובל. און ווי באלד עס שטייט דריי מאל די ווארט תרועה ביי די פסוקים פון ראש השנה און יובל[3], לערנט מען אויס אז מען דארף בלאזן דריי מאל. פון די פסוק ”והעברת שופר תרועה ... תעבירו שופר בכל ארצכם”[4] האבן חז"ל ארויס געלערנט אז מען דארף בלאזן א גלאטע תקיעה פאר און נאך יעדן תרועה[5]. קומט אויס אז די מצוה פון תורה איז בלאזן ניין מאל - דריי תרועות און זעקס תקיעות.

אבער חז"ל האבן זיך מסתפק געווען וואס מיינט דאס א 'תרועה': צו מיינט עס א "שברים", אדער א "תרועה", אדער מיינט עס ביידע צוזאמען איינע נאך די אנדערע (שברים - תרועה):

  • שברים - דריי קורצע קולות. עס ווערט אויך אן גערופן אין גמרא גניחות.
  • תרועה - גאר קורצע קולות. רוב מפרשים זענען מסביר אז עס מיינט צו מאכן דריי אזעלכע קולות[6], עס איז דא וואס זאגן אז עס מיינט איין קול וואס טרייסלט[7], אבער עס איז איינגעפירט צו מאכן לכל הפחות ניין קורצע קולות[8] עס ווערט אויך אן גערופן אין גמרא יבבות.
  • שברים - תרועה - גניחות און שפעטער יבבות.

לויט רב האי גאון[9] איז דאס נישט קיין עכטער ספק נאר אין יעדן פלאץ האט מען זיך געפירט אנדערש; אבער לויטן רמב"ם[10] איז דאס אן עכטער ספק וואס די תורה מיינט.

כדי צו יוצא זיין לויט אלע דעות האבן חז"ל געהייסן צו בלאזן דריי מאל יעדן סארט תרועה.

קומט אויס אז מען בלאזט דרייסיג מאל - 18 תקיעות, 6 שברים, און 6 תרועות[11].

די דרייסיג קולות איז צוטיילט אין דריי אפטיילונגען:

  • סדר תשר"ת (ביי די קדמונים 'קשר"ק') - א תקיעה, און שפעטער א שברים, שפעטער א תרועה און נאך א תקיעה.
  • סדר תש"ת (ביי די קדמונים 'קש"ק') - א תקיעה, און שפעטער א שברים, און נאך א תקיעה.
  • סדר תר"ת (ביי די קדמונים 'קר"ק') - א תקיעה, און שפעטער א תרועה, און נאך א תקיעה.

דיני התוקע והשומע

סיי דער וואס הערט און סיי דער וואס בלאזט דארפן מכוון זיין צו יוצא זיין די מצוה[12]. דערפאר, אויב איינער האט זיך געשפילט מיט א שופר און עס איז ארויס א תקיעה, אדער דער וואס הערט האט נישט געוואוסט אז עס איז א קול פון א שופר, אדער אויב האט ער געבלאזן כדי צו זיך אויסלערנען אדער צו זינגען איז מען נישט יוצא[13]. א חרש אדער א שוטה אדער א קטן וואס זענען נישט חייב במצוות קענען נישט מוציא זיין אנדערע[14]. מען דארף בלאזן שטייענדיג[15] און דערפאר טאר מען נישט זיך אנשפארן אויף א זאך וואס אויב מען וועט דאס אוועק נעמען וועט ער פאלן[16]. מען פירט זיך צו בלאזן נעבן בימה[17] וייל דארטן ליינט מען אין תורה כדי די זכות פון תורה זאל זיך מצרף זיין צו די זכות פון שופר[18]. מען דארף בלאזן אין די רעכטע זייט פון מויל, און דער עפענונג פון שופר זאל זיין אויף ארויף[19].

דער וואס הערט די תקיעות דארף הערן די גאנצע תקיעה. און אויב האט ער געהערט נאר א טייל פון תקיעה אפילו עס איז געווען כשיעור תקיעה איז ער נישט יוצא[20]. איינער וואס האט געהערט נאר א ווידערקול פון שופר איז נישט יוצא. און דערפאר ווען איינער בלאזט אין א גרוב (אזוי ווי עס איז געווען מצוי אין שעת השמד)[21] זענען די וואס שטייען אינדרויסן נישט יוצא ווייל זיי הערן נאר א ווידערקול[22]. להלכה איז מען אויך יוצא ביי א שופר וואס איז אסור בהנאה למשל צוליב א נדר ווייל א מצוה הייסט נישט קיין הנאה[23].

דער שיעור פון די קולות

אלע סארטן קולות וואס גייען ארויס פון דער שופר זענען כשר, סיי דין און סיי דיק און סיי הייזעריג[24]. אויך אויב עס איז געווארן אנדערש דער קול צוליב א לאך, איז עס כשר מעיקר הדין[25]. די קורצסטע שיעור פון תקיעה איז אזוי ווי א שיעור תרועה פון 'שלש יבבות', דאס מיינט די דריי קורצסטע קולות[26] און עס איז דא אזעלכע וואס זאגן אז מען דארף כשיעור ניין אזעלכע קולות[27]. פאר א נארמאלער בעל תוקע נעמט דאס א סעקונדע מיט א האלבן[28]. ווייניגער פון דער שיעור רופט זיך אן א 'שבר'[29]. די תקיעה מיט די תרועה דארפן זיין אין דער זעלבער ליינג, און דערפאר ביי סדר תש"ת וואס די תרועה איז דריי שברים דארף די תקיעה זיין אזוי ווי דריי שברים. און די זעלבע זאך ביי תשר"ת[30]. מען מעג מאריך זיין אין די תקיעה מיט די וויפל מען וויל און אויך מאכן וויפ שברים און תרועות מען וויל[31]. די שברים מיט די תרועה דארף מען מאכן איינע נאך די אנדערע (אין איין האטעם) וויל עס איז א גאנצער קול, אבער ביי שברים תרועה איז דא א מחלוקת: עס איז דא וואס זאגן אז מען דארף עס מאכן אין איין מאל וויל עס הייסט איין תרועה[32], און עס איז דא וואס זאגן אז מקען מאכן א הפסק פון איין האטעם[33], און אזוי איז מער ראוי וויל א מענטש ווינט נישט און קרעכצעט נישט אין איין האטעם[34]. להלכה פירט מען זיך אין רוב קהילות צו אכן ביידע - ביי די זיצנדיגע בלאזט מען אין איין מאל און ביי די שטייענדיגע מיט א הפסק[35]. א פאסאלער קול אינמיטן א 'סדר' פאסלט דער גאנצער סדר, אבער א תקיעה וואס עס איז נישט גוט געבלאזן, אדער אוב הערטער אינמיטן תקיעות פון אן אנדערן מניין אן קיין כוונה צו יוצא זיין[36] הייסט עס נישט קיין הפסק. אופערן אינמיטן בלאזן אן טאן קיין אנדער זאך איז נישט קיין הפסק און עס פאסלט נישט די תקיעות[37].

רעפערענצן

  1. במדבר כט
  2. ויקרא כג
  3. במדבר כט, ויקרא כג וכה
  4. ויקרא כה, ט
  5. ראש השנה לג, ב-לד.
  6. רש"י, ראש השנה לג, ד"ה שלש יבבות
  7. רב סעדיה גאון אין זיין סידור, דער רמב"ם און דער מגדל עוז.
  8. כדעת ריב"א בתוספות, ראש השנה לג, ב, ד"ה שיעור תרועה
  9. זיין תשובה ווערט געברענגט אין ספר תמים דעים לראב"ד סימן קי"ט, און אין קורצן ביי רבינו חננאל לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:בבלי) נמצא פרמטר לא בשימוש "ללא=".ראש השנה לד, א
  10. משנה תורה לרמב"ם, ספר זמנים, הלכות שופר וסוכה ולולב, פרק ג', הלכה ב'
  11. ראש השנה לד, א
  12. משנה, ראש השנה ג, ז
  13. ראש השנה כח, ב וכן נפסק בשולחן ערוך, אורח חיים, סימן תקפ"ט, סעיף ח'
  14. משנה, ראש השנה ג, ח
  15. טור, אורח חיים, סימן תקפ"ה
  16. מהרי"ל הלכות שופר סימן ג'
  17. כלבו סימן סד
  18. משנה ברורה, סימן תקפ"ה, סעיף קטן ג'
  19. רמ"א בשולחן ערוך, אורח חיים, סימן תקפ"ה, סעיף ב'
  20. ראש השנה כח, א לויט דער רמב"ן און דער ר"ן און די ערשטע שיטה אין שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תקפ"ז. און לויט דער תוספות הרא"ש און די צווייטע דעה אין שלחן ערוך איז ער יא יוצא אויב עס איז געווען כשיעור תקיעה
  21. ר"ן על הרי"ף דף ז עמוד א אין נאמען פון רב האי גאון
  22. ראש השנה כז, ב
  23. ראש השנה כח, א
  24. ראש השנה כז, ב; שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תקפ"ו, סעיף ו'
  25. תוספות, ראש השנה כז, ב, ד"ה ניקב שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תקפ"ו, סעיף ז'
  26. רש"י, ראש השנה לג, ב, ד"ה שלש יבבות
  27. תוספות שם ד"ה שיעור תרועה
  28. הרב דוד קולדצקי, שונה הלכות תורת המועדים עמוד רצה, הרב שמעון בוקסר, שופרא דשופר פרק טו.
  29. תוספות, ראש השנה לג, ב, ד"ה שיעור. לויט דער רמב"ן (אין זיין דרשה אויף ראש השנה) און דער ריטב"א (ראש השנה דף לג עמוד ב) איז דא אויך א חילוק אין דער סארט שבר וואס עס צוברעכט זיך אזוי ווי א קרעכץ (או-טו, או טו-או-טו), און אזוי פירן זיך קהילות רוסיה וליטא. דער מהרי"ל דיסקין האט נאך מחמיר געווען, אז די 'תקיעה' זאל זיין גלאט און גלייך אן קיין שום 'שבירה'.
  30. תוספות, ראש השנה לג, ב, ד"ה שיעור, שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תק"צ, סעיף ג'
  31. תוספות, ראש השנה לג, ב, ד"ה שיעור
  32. רמב"ן ר"ן און רא"ש אבער אביסל אן הפסק דארף מען יא מאכן. בית יוסף על פי חולין כו, ב
  33. רש"י, סוכה נג, ב, ד"ה ולא כלום און דער מגיד משנה לויט דער משנה תורה לרמב"ם, הלכות שופר וסוכה ולולב, פרק ג', הלכה ב'
  34. תשובת רבינו תם עס ווערט געבריינגט אין ראבי"ה סימן תקמ"ב און אין מרדכי ראש השנה רמז תש"כ און אין תרומת הדשן סימן קמ"ב
  35. שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תק"צ, סעיף ד'
  36. לויט דער מגן אברהם תק"צ ס"ק י'
  37. ראש השנה לד, ב ר"ן רין נאמען פון דער רמב"ן און דער רא"ש פרק ד סימן יא