רוי:תקיעת שופר
תקיעה בשופר | |
מקרא | במדבר כט, א |
---|---|
משנה | מסכת ראש השנה, פרקים ג'-ד' |
משנה תורה | הלכות שופר וסוכה ולולב, פרקים א'-ג' |
שולחן ערוך | אורח חיים, סימנים תקפ"ה-תקצ"ו |
ספרי מניין המצוות |
ספר המצוות, עשה ק"ע ספר החינוך, מצוה ת"ה |
תקיעת שופר איז א מצות עשה פון דער תורה, צו בלאזן שופר ראש השנה.
די תורה רופט אן די טאג פון ראש השנה ”יום תרועה”[1] ו”זכרון תרועה”[2], און חז"ל האבן ארויס געלערנט פון דעם אז מען דארף בלאזן מיט א שופר אין דעם טאג.
אין בית המקדש האט מען געבלאזן אויך מיט חצוצרות.
די סארטן בלאזן
חז"ל האבן ארויס געלערנט אז די מצווה פון בלאזן מיטן שופר ראש השנה איז אזוי ווי די מצווה פון בלאזן ביים יובל. און ווי באלד עס שטייט דריי מאל די ווארט תרועה ביי די פסוקים פון ראש השנה און יובל[3], לערנט מען אויס אז מען דארף בלאזן דריי מאל. פון די פסוק ”והעברת שופר תרועה ... תעבירו שופר בכל ארצכם”[4] האבן חז"ל ארויס געלערנט אז מען דארף בלאזן א גלאטע תקיעה פאר און נאך יעדן תרועה[5]. קומט אויס אז די מצווה פון תורה איז בלאזן ניין מאל - דריי תרועות און זעקס תקיעות.
אבער חז"ל האבן זיך מסתפק געווען וואס מיינט דאס א 'תרועה': צו מיינט עס א "שברים", אדער א "תרועה", אדער מיינט עס ביידע צוזאמען איינע נאך די אנדערע (שברים - תרועה):
- שברים - דריי קורצע קולות. עס ווערט אויך אן גערופן אין גמרא גניחות.
- תרועה - גאר קורצע קולות. רוב מפרשים זענען מסביר אז עס מיינט צו מאכן דריי אזעלכע קולות{{הערה|רש"י, ראש השנה לג, ד"ה שלש יבבות, עס איז דא וואס זאגן אז עס מיינט איין קול וואס טרייסלט[6], אבער עס איז איינגעפירט צו מאכן לכל הפחות ניין קורצע קולות[7] עס ווערט אויך אן גערופן אין גמרא יבבות.
- שברים - תרועה - גניחות און שפעטער יבבות.
לויט רב האי גאון[8] איז דאס נישט קיין עכטער ספק נאר אין יעדן פלאץ האט מען זיך געפירט אנדערש; אבער לויטן רמב"ם[9] איז דאס אן עכטער ספק וואס די תורה מיינט.
כדי צו יוצא זיין לויט אלע דעות האבן חז"ל געהייסן צו בלאזן דריי מאל יעדן סארט תרועה.
קומט אויס אז מען בלאזט דרייסיג מאל - 18 תקיעות, 6 שברים, און 6 תרועות[10].
די דרייסיג קולות איז צוטיילט אין דריי אפטיילונגען:
- סדר תשר"ת (ביי די קדמוניים 'קשר"ק') - א תקיעה, און שפעטער א שברים, שפעטער א תרועה און נאך א תקיעה.
- סדר תש"ת (ביי די קדמוניים 'קש"ק') - א תקיעה, און שפעטער א שברים, און נאך א תקיעה.
- סדר תר"ת (ביי די קדמוניים 'קר"ק') - א תקיעה, און שפעטער א תרועה, און נאך א תקיעה.
דיני התוקע והשומע
סיי דער וואס הערט און סיי דער וואס בלאזט דארפן מכוון זיין צו יוצא זיין די מצווה[11]. דערפאר, אויב איינער האט זיך געשפילט מיט א שופר און עס האט ארויס א תקיעה, אדער דער וואס הערט האט נישט געווסט אז עס איז א קול פון א שופר, אדער אויב האט ער געבלאזן כדי צו זיך אויסלערנען אדער צו זינגען איז מען נישט יוצא[12]. א חרש אדער א שוטה אדער א קטן ווס זענען נישט חייב במצוות קענען נישט מוציא זיין אנדערע[13]. מען דעארף בלאזן שטיייענדיג[14] און דערפאר טאר מען נישט זיך אנשפארן אויף א זאך וואס אויב מען וועט דאס אוועק נעמען וועט ער פאלן[15]. מען פירט זיך צו בלאזן לעבן בימה[16] וייל דארטן ליינט מען אין תורה כדי זאל די זכות פון תורה זיך מצרף זיין צו די זכות פון שופר[17]. מען דארף בלאזן אין די רעכטע זייט פון מויל און ארוף נעמען די מויל פון די שופר אויף הויבן[18].
דער וואס הערט די תקיעות דארף הערן די גאנצע תקיעה. און אויב האט ער געהערט נאר א טייל פון תקיעה אפילו עס איז געווען כשיעור תקיעה איז ער נישט יוצא[19]. איינער וואס האט געהערט נאר א ווידער קול פון שופר איז נישט יוצא. און דערפאר איינער וואס בלאזט אין א בור (אזוי ווי עס איז געווען מצוי אין שעת השמד)[20] איז די וואס שטייען אינדרויסן זענען נישט יוצא וויל זיי הערן נאר א ווידער קול[21]. להלכה איז מען אויך יוצא ביי א שופר וואס איז אסור בהנאה למשל ביי א נדר וויל א מצווה הייסט נישט קיין הנאה[22].
זעט אויך
רעפערענצן
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!
- ↑ במדבר כט
- ↑ ויקרא כג
- ↑ במדבר כט, ויקרא כג וכה
- ↑ ויקרא כה, ט
- ↑ ראש השנה לג, ב-לד.
- ↑ רב סעדיה גאון אין זיין סידור, דער רמב"ם און דער מגדל עוז.
- ↑ כדעת ריב"א בתוספות, ראש השנה לג, ב, ד"ה שיעור תרועה
- ↑ זיין תשובה ווערט געברענגט אין ספר תמים דעים לראב"ד סימן קי"ט, און אין קורצן ביי רבינו חננאל לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:בבלי) נמצא פרמטר לא בשימוש "ללא=".ראש השנה לד, א
- ↑ משנה תורה לרמב"ם, ספר זמנים, הלכות שופר וסוכה ולולב, פרק ג', הלכה ב'
- ↑ ראש השנה לד, א
- ↑ משנה, ראש השנה ג, ז
- ↑ ראש השנה כח, ב וכן נפסק בשולחן ערוך, אורח חיים, סימן תקפ"ט, סעיף ח'
- ↑ משנה, ראש השנה ג, ח
- ↑ טור, אורח חיים, סימן תקפ"ה
- ↑ מהרי"ל הלכות שופר סימן ג'
- ↑ כלבו סימן סד
- ↑ מוסטער:משנב
- ↑ רמ"א בשולחן ערוך, אורח חיים, סימן תקפ"ה, סעיף ב'
- ↑ ראש השנה כח, א לויט דער רמב"ן און דער ר"ן און די ערשטע שיטה אין שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תקפ"ז. און לויט דער תוספות הרא"ש און די צוויטע דעה אין שלחן ערוך איז ער יא יוצא אויב עס איז געווען כשיעור תקיעה
- ↑ ר"ן על הרי"ף דף ז עמוד א אין נאמען פון רב האי גאון
- ↑ ראש השנה כז, ב
- ↑ ראש השנה כח, א