רוי:רבי אברהם שלום האלבערשטאם

פון המכלול
ווערסיע פון 16:30, 14 דעצעמבער 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "[[חיים האלבערשטאם" ב־"[[רבי חיים האלבערשטאם")
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

רבי אברהם שלום האלבערשטאם זצ"ל (ה'תרט"ז - ו' סיון ה'ת"ש), דער סטראפקאווער רב.

אפשטאם

רבי שלום איז געבוירן אין יאר ה'תרט"ז[1] (אומגעפער), צו זיין פאטער הרב יחזקאל שרגא האלבערשטאם, דער שינאווער רב, א זון פון הרב רבי חיים האלבערשטאם, דער דברי חיים. אין צו זיין מוטער מרת חנה רחל א טאכטער פון הרב צבי הירש רומערז, רב אין לעשנוב, (א ברידער פון מרת מלכה די רביצין פון דעם שר שלום פון בעלזא).

ארגינעל איז רבי אברהם שלום'ס נאמען געווען שלום, דעם נאמען אברהם האט מען שפעטער צוגעגעבן.

רבנות

זיין פאטער דער שינאווער רב האט געזאגט אויף רבי שלום, "גברא דמאריה סייעה", און ער האט פאראויס געזאגט אז ער וועט אראפצוהען ישועות פאר אידן, און ספעציעל פאר קינדער לאָזיגע מענטשן. רבי שלום האט געלערנט אין צאנז ביים דיין הרב ישראל מאיר פרידמאן, ווען ער איז געווען אין סטראפקאוו האט ער אים דארט אויסגעהאלטן מעהר פון דרייסיג יאר, ער זאל זיך קענען מיט אים באראטן אין הלכה.

אין יאר ה'תרנ"ח איז רבי שלום געווארן רב אין סטראפקאוו, ביים ערשטן וועלט קריג איז רבי שלום אוועק קיין בודאפעשט, אין יאר ה'תרע"ט האט ער זיך באזעצט אין אונגוואר, נאכהער איז ער צוריק קיין סטראפקאוו. אין יאר ה'תר"צ (אומגעפער), ווען רבי שלום האט געקרוינט זיין זון רבי מענדל אלס יונגער רב אין סטראפקאוו, האט זיך רבי שלום באזעצט אין קאשוי, ער איז געווען דארט שטארק בייפריינדעט מיט דעם רב, הרב שאול בראך, און מיט דעם ראש בית דין, הרב שמואל ענגיל.

רבי שלום האט געשטרעבט ארויף צוגיין קיין ארץ ישראל, אין יאר ה'תרצ"ג האט ער פארקויפט זיינע זאכן אין געפארן קיין פרעשבורג, דארט האט ער געווארט אויף זיינע פאפירן, ווען ער האט געזען אז ס'שלעפט זיך איז ער צוריק קיין קאשוי, אונצווישן איז ער נישט געזונט געווארן, און זיין פלאן האט זיך מער נישט אויסגעפירט.

הסתלקות

רבי שלום איז נפטר געווארן שבועות ו' סיון ה'ת"ש, אין קאשוי.

פאמיליע

רבי שלום האט געהייראט בזיווג ראשון מרת חיה יהודית א טאכטער פון הרב אברהם חיים הורוויץ (דער צווייטער) פון לינסק,אן אור-אייניקל פון ראפשיצער רב. זי איז נפטר געווארן ה' טבת ה'תרמ"ו. זייערע קינדער:

בזיווג שני האט רבי שלום געהייראט מרת גיטל א טאכטער פון הרב שמואל הכהן ווייצמאן פון קרעשוב. זייערע קינדער:

בזיווג שלישי האט רבי שלום געהייראט מרת חיה א טאכטער פון הרב דוד שליכטער פון קאמארנא. זייערע קינדער:

  • יוסף יום טוב, ער איז אומגעקומן אויף קידוש השם אלס קינד צוזאמען מיט זיין מוטער, אין יאר ה'תש"ד, הי"ד.

רעפערענצן

  1. י"ג אורות תרט"ז אדער תרי"ז

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!