שיתופתא

פון המכלול
ווערסיע פון 21:31, 27 סעפטעמבער 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "[[ש:" ב־"[[ת:")
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
שיתופתא
סמל שיתופתא.jpg
דף הכניסה לשיתופתא
דף הכניסה לשיתופתא
סלוגן כשהתחדשו בעולם רשתות שיתופיות, שיתופתא רותמת אותן לעולם התורה
מייסדים יוסף קמינר
בעלות מכון חכמת התורה
הרשמה חובה להירשם על מנת לערוך
shitufta.org.il
בלאט גמרא מיט'ן ביאור אין שיתופתא
חידושים אפטיילונג אין שיתופתא

שיתופתא איז א תורה ארכיוו וואס שענקט פאר תלמידי חכמים א פלאטפארמע צו פארשפרייטן זייערע חידושי תורה און מוטיגט לימוד התורה. שיתופתא שטעלט צו אלע תורה'דיגע ספרי יסוד אויף אן אינטראקטיווע אופן און אנטוויקלט ארום זיי א נעצווערק צו מיטטיילן און פארשפרייטן חידושי תורה.

היסטאריע

שיתופתא איז אויפגעשטעלט געווארן אין יאר ה'תש"פ (2020) דורך מכון חכמת התורה. דער וועבזייטל איז אויסגעשטעלט אויף א וועג וואס טוישט אויף די געברויכן פונעם דורכשניטליכן לערנער צו די דיגיטאלע וועלט: א דיגיטאלע גמרא, אויסגעשטעלט לויט'ן צורת הדף, אלס ערזאץ צו א געדרוקטע גמרא; די תורה'דיגע אינטראקטיווע אוצר נעמט איבער דאס פלאץ פונעם ספרים שאנק; און די אפטיילונג פון די חידושים פון באזיכער טוישט אויף דאס שרייבן הערות אויף די גיליונות פון ספרים און אין העפטן.

ביז צו אדר תשפ"ב האבן זיך שוין דארט איינגעשריבן איבער 1700 באניצער[1].

אינהאלט

דער אוצר הספרים[2] אנטהאלט די ספרי היסוד: תורה, נביאים, כתובים, תלמוד בבלי, שלחן ערוך מיט די נושאי כלים, און נאך, מיט מפרשים.

אייגנשאפטן

ביים אויסוועלן א מסכת פון תלמוד בבלי אין אוצר הספרים, ווערט געשטעלט אין צענטער די 'דיגיטאלישע גמרא', א גמרא וואס איז אויסגעשטעלט מיט א צורת הדף וואס איז לעבעדיגע טעקסט און נישט א בילד פון א געדרוקטע ספר. די גמרא איז צעטיילט אויף שטיקלעך לויט זייערע נושאים, יעדע שטיקל איז ווי א קנעפל וואס מען קען קוועטשן פאר זיך. א קוועטש אויף א שטיקל גמרא באצייכנט עס אין בלוי צוזאמען מיט די פירוש רש"י און תוספות וועלכע געהערן צו דעם שטיקל גמרא. צו די רעכטע זייט פון די גמרא ווערט געצייגט דעם אפטיילונג פון ספרים, וואס דערין איז א פירוש אויף די גמרא און די יסודות'דיגע מפרשי הש"ס צעטיילט אויף יעדע שטיקל באזונדער וואס ווערט אויסגעוועלט אין די גמרא. אין די 'חידושים אפטיילונג' אויף די לינקע זייט ווערן געשטעלט די חידושים וועלכע ווערן געשריבן דורך די מחדשים אין שיתופתא. ענליך דערצו איז ביי די אנדערע ספרים וועלכע זענען אין אוצר הספרים.[3]

דרויסנדע לינקס

רעפערענצן