מוסטער:כ' תמוז
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
►► | געשעענישן אינעם לוח / כ' תמוז דערפרישן די הויפט בלאט |
◄◄ |
---|
- די אייניקלעך פון דוד המלך פון שבט יהודה האבן געברענגט האלץ צום בית המקדש צו צינדן פייער אויפן מזבח
- ה'כ"ז – גזירת פפורצהיים: טייל אידן האבן זיך גענומען דאס לעבן אויף קידוש השם
- ה'תש"א – חורבן אייראפע: מאסן מארד פון אידן אין טעלז
- ה'תמ"ג – רבי נתן נטע האנאווער, מחבר פונעם ספר "יון מצולה" וואס שילדערט די גזירות ת"ח ות"ט
- ה'תש"א – רבי אברהם יצחק בלאך, ראש ישיבה פון טעלזער ישיבה, אומגעברענגט
- ה'תשי"ד – רבי אברהם חיים נאה, מחבר פון שיעורי תורה און "קצות השלחן" (אין בילד: זייענדיג אין בוכארא)
- ה'תשע"ה – רבי אליעזר האגער, דער רבי פון סערעט וויזשניץ, בעל חכמת אליעזר