רוי:הערץ פרענקל

פון המכלול
ווערסיע פון 10:39, 22 נאוועמבער 2022 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

ר' נפתלי הערץ פרענקל (נפטר: י חשון, ה'תשפ"ב) איז געווען דער ענגליש פרינציפל אין סאטמארער מיידל שולע אין וויליאמסבורג פאר איבער זעכציג יאר. ער איז געגאנגען אנגעטאן ווי א ליטוואק, און זיך נישט געפירט ווי א סאטמארער חסיד, טראצדעם איז ער געווען ארויפגעקוקט אין סאטמאר, און איז געווען שטארק נאנט מיט ר' יואל טייטלבוים און איז א געווען א ווארטזאגער פאר סאטמאר ביי פילע געשעענישן, פראטעסטן און באגעגענישן מיט פאליטיקאנטן, צוליב זיין פרעמדער אינטעליגענטער ענגליש.

ביאגראפיע

ראביי פרענקל איז געבוירן אין ליזענסק, פוילן. ער האט איבערגעבלעבט די צווייטע וועלט מלחמה, ווען זיין משפחה איז אנטלאפן קיין אוזבעקיסטאן.

אין ניו יארק האט ער געלערנט אין תורה ודעת, און שפעטער שטודירט ברוקלין קאלעדזש. זיין קענטעניס אין ענגליש האט נושא חן געווען ביים סאטמארן רב, רבי יואל טייטלבוים, וועלכער האט אים אויפגענומען צו דינען אלס דער מנהל פאר די לימודי חול אין סאטמארן בית רחל מיידל שולע.

חוץ דאס דינען אלס מנהל פון לימודי חול האט ער געדינט ווי סאטמאר'ס אויסערן מיניסטער צו דער דרויסנדיגער וועלט, און ער האט זיי פארטרעטן ביי פילע געשעענישן, טראצדעם וואס ער איז געווען א ליטווישער איד, פון די אגודה קרייזן.

ער האט געוואוינט אין בארא פארק, אין זיינע עלטערע יארן האט ער זיך געצויגן קיין לעיקוואוד, וואו ער האט געוואוינט ביז זיין פטירה, ווען ער איז נפטר געווארן אין עלטער פון ניינציג יאר.

אויף זיינע עלטערע יארן האט ער ארויסגעגעבן א ביכל אין ענגליש, וואו ער שילדערט זיין ערפארונג אין סאטמאר. דאס בוך הייסט The Satmar Rebbe and His English Principal.

רעפרענצן

א באריכט אין המודיע