רוי:רבי אברהם צבי הירש הורוויץ

פון המכלול
ווערסיע פון 14:46, 23 יולי 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "ר"ך" ב־"ר"כ")
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

רבי אברהם צבי הירש הורוויץ (ה'תרמ"ז - י"ז אדר ה'תשכ"א) איז געווען דער בייטשער רבי.

אפשטאם

רבי אברהם הירש איז געבוירן געווארן אין יאר ה'תרמ"ז, צו זיין פאטער דער הרב אהרן הורוויץ, רב אין בייטש, א זון פון הרב מאיר הורוויץ רב אין דזשיקאוו, דער אמרי נועם, א זון פון הרב אליעזר הורוויץ רב אין דזשיקאוו, באקאנט אלס רבי אליעזר'ל דזשיקאווער, א זון הרב נפתלי צבי הורוויץ דער ראפשיצער רב. און צו זיין מוטער מרת טילא א טאכטער פון הרב חיים האלבערשטאם, דער צאנזער רב.


רבנות

רבי אברהם הירש איז געווען א קורצע צייט אין טארנא, אין יאר ה'תרע"ג האט ער זיך איבערגעצויגען קיין ניו יארק, וואו ער האט אנגעפירט מיט דער בייטשער רביסטעווע.

הסתלקות

רבי אברהם הירש איז נפטר געווארן י"ז אדר ה'תשכ"א, מען האט אים געפירט קיין ארץ ישראל, און ליגט אין קרית צאנז, נתניה.


פאמיליע

רבי אברהם הירש האט געהייראט מרת ביילא, א טאכטער פון הרב אהרן לייבלי רוקח פון בוקאווסק. זייערע קינדער זענען:

רעפערענצן

  1. זכרון קדושים אין צור יעקב
  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!