רוי:דער עניאגראם פון דער פערזענליכקייט
דער עניאַגראַם פון דער פערזענליכקייט א פסיכאלאגישע טעאריע וואס טיילט איין די גאנצע מענטשהייט אין 9 סארט נאטורן.[1] יעדער פון די 9 האט זיך זיין איינגארטיגע קוק אויפן לעבן וואס ברענגט איהם צו וועלן\טוהן\שפירן\פיהלן אנדערש פון די אנדערע סארטן טיפן. איינגעטליך לעבט יעדער פון די 9 סארט טיפן אין א וועלט פאר זיך און יעדער האט זיך זיינע נאטורן און טאלאנטן.
לויט די טעאריע איז נישט אנדערש א מענטש וואס געפינט זיך אין א הויכן שטאפל אדער נידריגן שטאפל. דאס הייסט: אלעמאל באנוצט זיך דער מענטש מיט זיינע ספעציעלע נאטורן, סיי אין נידריגן שטאפל און סיי אין הויכן.
די 9 טיפן
פאלגענד זענען אהערגעשטעלט יעדער פון די 9 טיפן אויפן שפיץ גאפל:
1 - דער פערפעקטער
דאס לעבן פון דעם סארט טיפ איז געצילט צו דערגרייכן גענצליכקייט. זיי באמערקן גרייזן און פעלערן זייער גרינג און זיי זוכן און גריבלען צו פאררעכטן און פארבעסערן - זיך, יענעם און די גאנצע וועלט. זיי פארמאגן שטארקע גלייכקייט, אויפריכטיגקייט און א ברייטע פאראנטווארטליכקייט. זיי זענען איינגעארדנט, מערקן אויף קליינע איינצעלהייטן וואס דאס פארען זיך מיט דעם איז אסאך מאל מינדערוויכטיג און זיי פראבירן צו אויספירן יעדע פליכט מיט פונקטליכקייט אן קיין גרייזן און פעלערן. זיי זענען מענטשן וואס וועלן קעמפפן אן קיין ציטער פאר ריכטיגקייט און פאר זייערע אידיאלן. זיי שפירן אליין וויאזוי עס איז ריכטיג צו טוהן א זאך, זיי ווייסן וואס מען מעג און וואס מען טאר נישט און זיי נייגן צו זיין קריטיקירער און קריטיקירן אנדערע. עס איז זיי שווער צו נעמען צייט צו פארגעניגנס, זיי פילן א שולד אויף דעם און דערפאר וועלן זיי קודם מאכן וואס זיי 'דארפן' טוהן און דערנאך וואס זיי 'ווילן' טוהן. זיי וועלן אלעמאל פראבירן צו טוהן וואס עס איז ריכטיג, וואס מען דארף און וואס מען מוז, - זיי באנוצן זיך אסאך מיט די ווערטער 'מ'דארף' און 'מ'מוז'. זיי זענען ערנסע מענטשן און זיי נעמען דעם לעבן מיט צו פיל ערנסקייט. זיי נייגן צו נעמען אויף זיך צופיל ווייל נישט אלעמאל וועלן זיי זיך פארלאזן אויף אנדערע אז זיי וועלן טוהן די זאכן אזוי ווי מען דארף. די סארט מענטשן וואס זענען איינסערס (טיפן נומער 1) זענען מענטשן וואס אלץ איז אין זייערע אויגן שווארץ אדער ווייס [גוט אדער שלעכט] נישטא אינמיטן. דער אינמיטן איז א פלאץ וואס ברענגט צו גרייזן, דערפאר דארפן זיי קלארע זאכן אזוי ווי: געזעצן, קאלענדער-צייטן, כללים א. א. וו. .זיי זענען געשווינד, טויגליכע, טוהענדיגע און שפארעדיגע. באשטימען זאכן ברענגט זיי צו זארגן - דער זארג פון מאכן א גרייז. זיי מאכן זיך נישט וויסנדיג פון זייערע אומאציאנעלע און נאטורליכע געברויכן, כדי צו אויספאלגן וואס עס זאגט זיי זייער מוח וואס וויזט זיי וואס איז ריכטיג צו טוהן און וויאזוי מען דארף טוהן. זיי וועלן זיך נישט פרעגן וויאזוי שפיר איך נאר וויאזוי דארף איך שפירן. מיט זייער בליק איז דא נאר איין ריכטיגע וועג וויאזוי צו טוהן יעדע זאך און זיי ווייסן די וועג. זיי נייגן צו זיין הארטעניק און עס פעלט אין זיי די פילפארביגקייט. זיי דארפן אלעמאל שפירן אז זיי זענען גערעכט. זייער גרעסטע שרעק איז פון קריטיק וואס ווערט געווענדעט קעגן זיי און זיי קענען שפירן קריטיק קעגן זיי אפילו אין ווערטער וואס נישט דאס איז זייער ציל וועגן זייער גרויס עמפפינדליכקייט צו קריטיק.
2 - דער געבער
די נומער 2 טיפן זענען ליבליכע מענטשן, וואלענטורן, ווארעמע און גוט-הארציגע. אמערסטנס פון זייער באשעפטיגונג איז צו טרעפן די באדעפענישן פון זייערע ארומיגע און געבן א ענטפער אויף זיי. אויך פאר פרעמדע מענטשן וועלן זיי זיך איילן צו געבן הילף. עס איז פאר זיי וויכטיג צו זיך פילן וויכטיג פאר אנדערע און אז אנדערע דארפן אנקומען צו זיי. עס איז זיי וויכטיג צו האלטן זייער שטאנד אלץ וויכטיגע אין דעם לעבן פון אנדערע. דאס געבן און דאס דארפן אנקומען צו זיי איז זייער מיטל צו פארזיכערן זייערע באציהונגען מען זאל זיי נישט פארלאזן. זיי נייגן צו פארלאזן זייערע אייגענע געברויכן און צומאל אינגאנצן נישט איינערקענען אין זייער אנוועזנהייט. די סארט מענטשן זענען זייער געזעלשאפטליכע, עס איז גרינג פאר זיי זיך צו באליבן ביי מענטשן און צו מאכן פארבינדונגען גרינג. זיי האבן ליב געזעלשאפט און די פארבינדונג מיט מענשן איז זיי זייער וויכטיג. זיי האבן נישט ליב צו זיין אליין און טוהן זאכן אליין, דערפאר וועלן זיי כמעט שטענדיג זיין ארומגענומען מיט געזעלשאפט. ווען זיי וועלן טרעפן אז מען שעצט נישט זייער געבן און זייערע באמיהונגען קענען זיי רעאגירן מיט א אמוציאנעלע דראמאטישע אויסברוך און זיך זעהן אלץ א "פארפייניגטע געהייליגטע". זיי זענען זייער עמפפינדליך און זיי וועלן נישט קווענקלען צו אונטערשפארן אנדערע גייסטליך. זיי וועלן פארגינען און קאמפלימענטירן זייערע נאנטע און וועלן פילן זייער באגליק. דאס געבן און הילף ברענגט זיי צו גרויס צופרידנהייט, ווען די גאנצע וואס זיי ווילן אויף צוריק איז שעצונג. זיי זענען שטאלץ מיט זייער זעלבסטשטענדיגקייט און גלייבן אז זייערע ארומיגע דארפן אנקומען צו זיי און צו זייער הילף, ווען אין אמת'ן אריין זענען זיי די וואס דארפן א באשטעטיגונג און שוץ. זיי וועלן נישט בעטן הילף דירעקט, זיי וועלן ענדערש ווארטן אז אנדערע זאלן איינערקענען זייער ווילן און געברויכן אליין. די צווייערס [טיפן נומער 2] שפירן נישט אז מען ניצט זיי אויס. דורכן מיטל פון געבן און שענקען באנוצן זיי זיך צו דערגרייכן ליבשאפט. זיי ווערן זייער געטשעפעט און פילן זיך פארשטופט ווען מען זאגט אפ זייער הילף און זייער געשאנק. זיי נייגן צו אריינדרינגען אין יענעמס פערזענליכע זאכן ווען זיי העלפן און עצה'ן אויך ווען מען האט זיי נישט געבעטן קיין הילף אדער אפילו מען דארף נישט זייער הילף. זיי שפירן אז זיי ווייסן בעסער פון יענעם וואס איז גוט פאר איהם און וואס ער דארף און דערפאר וועלן זיי ארויפצווינגען זייער הילף אויף יענעם און נעמען אויפזיכטן אויף יענעמ'ס לעבן. עס איז זיי שווער צו זאגן 'ניין', און אפזאגן יענעם. צומאל פילן זיי אז צופיל מענטשן דארפן אנקומען צו זיי.
3 - דער דערגרייכער
די דרייער טיפן זענען טויגליכע און פוהלטעטיג. זייער לעבן איז פול מיט טעטיגקייטן און באשעפטיגונגען און זייער צענטראלער ציל איז – באגליקן. רוב פון זייער ענערגיע וועלן זיי אריינטאהן צו פאראויס שטופן זייערע צילן און צו דערגרייכן די ענדגילטיגע זאכן וואס זיי האבן זיך אוועקגעשטעלט אנצוקומען אהין ביזן באגליקן און אזוי גיין ווייטער צו די קומענדיגע ציל און קומענדיגן פראיעקט. זיי וועלן פארשטעלן גרייזן און 'מסדר' זיין דער אמת כדי נישט אפצוהאלטן די פליכטן צו ווערן אויסגעפירט – די ציל הייליגט די מיטלען!. זייער זעלבסט-פערזענליכקייט (ווי אזוי זיי נעמען ארויס אין מענטשן'ס אויגן) איז זיי זייער חשוב און זיי זענען זייער זעלבסט וויסנד צו דעם, ביז אזוי ווייט אז זיי אליין זעהען זיך אלס אזעלכע מענטשן ווי זיי ווילן אויסקוקן ביי אנדערע. עס איז דא ביי זיי א אומאטענטישקייט. זיי וועלן וויסן וויאזוי זיך צוצופאסן צו יעדע סיטואציע און ארויסרופן דעם ריכטיגן אויסקוק (רושם). זיי האבן א שטארקע כאריזמע און זענען זייער ציענד און זיי ווייסן זיך צו באנוצן מיט דעם צו פארבינדן נייע פארבינדונגען מיט מענטשן און צו פאראויסשטופן זייערע צילן. זיי שאפן פארבינדונגען גרינג, זיי זענען איינגענעם און עמפפינדליך בעזונדער צו מענטשן און צו דעם אופן וויאזוי די מענטשן קוקן אויף זיי, (וויאזוי זיי נעמען ארויס ביי מענטשן). זיי גייען פון איין ציל צו די צווייטע און זיי קענען פאראויסרוקן אפאר פראיעקטן אויפאמאל. זיי ווייסן צו צונעמען טיף-איינגעדרייטע פראבלעמען און צוקומען צום עיקר, ווען אין שפיץ פון זייער באשעפטיגונג ליגט די וועג צו באגליקן. זיי וועלן זיך קיינמאל נישט באגענוגענען מיט דעם צווייטן פלאץ – די ערשטע פלאץ איז אלעמאל זייערע!. זיי האלטן חשוב א שטאנד און א סטאטוס, זיי האבן ליב איינערקענונג אין זיי, אז מען רעדט פון זיי און אז אלע ווייסן פון זיי (פרסום). זיי זענען טאלאנטפוהל, און זיי האבן נאטורליכע קענטעניסן צו פארקויפן און האנדלען, און דאס צוליב זייער קענטעניס צו דערקענען פון יענעמ'ס אויגן. טראצדעם וואס זיי זענען עמפפינדליך באשעפטיגן זיי זיך נישט מיט געפילן אדער מיטן פארגאנגענהייט. זיי זענען נישט קיין מענטשן וואס מען קען רעדן מיט זיי הארץ-שמועסן (ווי זיך אויסרעדן די הארץ א. א. וו.) און די פארשידנארטיגע קווענקלענישן. זיי מישן נישט אריין געפילן אין די ארבעט און בכלל כאפט די אבעט ביי זיי א גרויסן טייל פונעם לעבן, ביז אזוי ווייט ויי א נייגונג צו ווערן איינגעקויפט צו די ארבעט. זיי נייגן צו פארלאזן זייער פאמיליע און נאנטע געזעלשאפט ווי אויך זייער זעלבסט וויסנשאפט (ווי צום ביישפיל: זיי וועלן נישט פרובירן איינזעהן אדער וויסן וואס עס איז זייער סארט נאטור [זיי וועלן נישט וויסן צו זאגן פון אזא סארט זאך ווי די טעאריע פון די 9 טיפן]).
4 – דער געפיל-פולער
די פיר-טיפן זענען זייער עמפפינדליך, אויסערגעווינליכע, סענטיטיוו און נאסטאלגישע. זיי ציען צו די מעלענכאליע און טראגישקייט פון דעם לעבן און צו אלץ וואס איז ווייט און נישט דערגרייכבאר. זיי שפרינגען פון א גרויסע פרייד צו א טיפע טרויער און ס'קוקט זיי אויס אז דאס איז די וועג צו שפירן די טיפקייט פון לעבן. דער מיטל וועג איז נישט קיין איינערקענטער פלאץ פאר זיי און עס טוהט זיי אפילו דערשרעקן, וויבאלד דאס איז ביי זיי דער רוטינער-נארמאלער–טרוקענער – לעבן, אן קיין שטורעם און לוסטיגקייט. זיי שפירן א טיפער פעלערהאפט אין זייער לעבן און זיי נייגן צו זיך פארגלייכן צו אנדערע. אנדערע האבן עפעס וואס זיי האבן נישט און זיי לעבן מיט א שטענדיגע דארשט צו דערגרייכן דעם 'עפעס'. עס איז וויכטיג פאר זיי צו זיין אויסער ווי געוויינליך און טוהן זאכן מיט זייער אייגנארטיג אויסערגעוויינליכע וועג. זיי האבן א טאלאנט צו צונעמען זאכן און זענען באשאנקען מיט א אויסגעארבעטער דמיון-קראפט (כוח הדמיון), צו מאל ביזן צוטומלען צווישן דמיון און פאקט. זייער געדאנקען-גאנג (מהלך המחשבה) איז אייגנארטיג און פילפארביג און זיי זענען באשאנקען מיט שטארק-אויסגאערבעטע עסטעטיק (Aesthetic). זיי האבן ליב הארצ-שמועסן (שיחות נפש) און בכלל צו רעדן אויף געפילן. זיי האלטן זיך צוריק און שרעקן זיך זיך באשעפטיגן אין די נארמאלע לעבנסשטייגער און פון סתם-שמועסן (שיחות חולין). זיי ווערן גרינג פארליבט [אין מענטשן] און די ליבשאפט כאפט ביי זיי א צענטראלער טייל פונעם לעבן. אמערסטנס פון זייער לעבן זענען זיי באשעפטיגט צו זוכן די צווילינג-זעהל וואס מיט איר הילף וועלן זיי זיך שפירן פארפולקאמט און גאנץ. זיי זענען זייער אינטואטיווע און זיי זענען באשעפטיגט מיטן זיך זעלבסט זוכן און מיטן זוכן נאך דעם משמעות פון לעבן. זיי זענען קאנצעטרירט אין זיך און זייער לעבן פירט זיך ארום זייערע געפילן. זיי ווערן דרינג געטשעפעט און זיי נייגן צו רעאגירן דראמאטיש און אומפראפארציאנעל. עס איז זיי זייער שווער ווען מען מאכט זיך אומוויסנדיג פון זיי און זיי דארפן האבן אסאך אויפווייזונגען אז מען האט זיי ליב. יי זענען פילפארביג, און די מערסטנס טייל פון זיי זענען באשאנקען מיט א געוויסער פאכמאנישקייט (ווי צום ביישפיל: שרייבן, מאלעווען א. א. וו.) און דערפאר זענען אסאך פון זיי פאכלייט.
5 – דער פארשער
די פינפערס זענען די מענטשן וואס טראכטן אריין און פרובירן פארשטיין. זיי פירן זיך צו קוקן אויפן לעבן אזויווי זייטיגע צוקוקערס און צו צונעמען דעם לעבן מיט זייער קלארע פארשטאנד אנשטאט צו נעמען א טייל אין דעם לעבן. זיי האבן ליב זיך צו אפזונדערן פון מענשן און זיי דארפן האבן פריוואטקייט און אייגענעם פלאץ כדי צו צונעמען, פארשן און זיך אריינטיפן אין פארשידנארטיגע טעמעס, גלייבנדיג אז ווען זיי וועלן אפלערנען דעם לעבן דעמאלטס וועלן זיי ערשט קענען נעמען א טייל אינעם. די פינעפערס זענען זייער איידל און עמפפינדליך טראץ זייער דערווייטעטע און קאלטע אויסזען. זיי ווייזן נישט ארויס זייערע געפילן אינדרויסן און בכלל נייגן זיי נישט צו זיך פארען און באשעפטיגן מיט געפילן. עס פעלט זיי געזעלשאפטליכע טאלאנטן און קענען נישט פירן סתם-געשפרעכן (שיחות חולין). זיי זענען קלוגע, אינטעלעקטועלן, שעצן וויסנשאפט און דערקענען איין אין זיין וויכטיגקייט. זיי זענען שטילע און שעמעוודיגע און וועלן ענדערש נישט נעמען א טייל אין צוזאמקומס און מסיבות וואס עס איז דא דארט אסאך מענטשן, אבער זיי וועלן זיך פרייען צו זיין אין א קליינע געזעלשאפט פון באקאנטע מענטשן, ווי אויך פירן אינטעלעקטועלע געשפרעכן און זיך איינטיילן מיט די ברייטע וויסנשאפט וואס זיי האבן זיך איינגעשאפט. זיי נייגן צו אנכאפן א שטעלונג אפילו זיי גלייבן נישט אין דעם נאר כדי צו שאפן א דיון און הערן רעאגירונגען פון דעם צווייטנס פראקטיק אין לעבן. מיט די וועג פארברייטערן זיי זייער וויסנשאפט און פארשן די וועלט. די טיפן טראכטן אייגנארטיג, און מיט א אייגענע טראכטן גאנג און זענען טאלאנט פון אין צונעמען זאכן וואס דאס אלעס גיבט זיי די קענטעניס אויסצוטרעפן נייע זאכן (המצאות). זיי פירן נישט אויס פאקטיש מערסטנס פון זייערע בייפאלן ווייל דורכדעם וועלן זיי צוקומען צו זיך רייבן מיט די וועלט – א זאך וואס דערשרעקט זיי זייער און פון דעם האלטן זיי זיך אפ דורך צוריקגעהאלטנהייט.
6 – דער קווענקלדיגער
די זעקסערס זענען פאראנווארטליכע, איבערגעגעבענע, פארלעסליכע און טעטיגע. זיי זענען זייער פארזיכטיגע און איבערגערכנטע און ארבעטן לויט די אנגענומענע כללים און געזעצן אלץ זייער פארלעסליכקייט צו די ראמען. זיי זענען פעסימיסטישע און קווענקלדיגע און ווערן געפירט דורך א שרעקליך גרויסע ציטער טאמער עפעס וועט זיך פארדרייען. זיי וועלן גלייבן אין עפעס און באלד דערנאך זיך קווענקלען אין די ריכטיגקייט פון דעם. דערפאר איז באשטימען עפעס איז נישט קיין פשוט'ע זאך ביי זיי. שרעק איז א נאטורליכע סיטואציע וואס באגלייט זיי אין דעם טעגליכן לעבן. זיי ווייסן פון דעם שרעק און זיי רעדן דאס ארויס אפענערהייט. די זעקס-טיפן האבן ליב צו געהערן צו א גרופע און צו געהערן צו א מסגרת בכלל. זיי זענען פארלעסליך און זייער איבערגעגעבן צו זייער פאמיליע און נאנטע געזעלשאפט און בכלל צו די גרופע אדער פאייניגונג וואס צו איר געהערן זיי. זיי זענען פול מיט חשדות און וועלן שטענדיג זוכן נאך באהאלטענע כוונות פון מענטשן. אויך ווען מען באציהט זיך צו זיי איינגענעם און נאנט, וועלן זיי מורא האבן אז אפשר איז דא א באהאלטענע סיבה פון אונטער דעם. זיי זענען נישט ספאנטאנישע און וועלן נישט אריינגיין אין באציאונגען אדער א געוויסע סיטואציע אן צו גוט נאכפרעגן און נאכפארשן מיט פונקטליכקייט און מיט א איבערגערעכטנטקייט. זייער באציאונג צו מאכטיגע מענטשן איז צוויי-זייטיג: פון איין זייט געבן זיי די מענטשן זיכערקייט און שטאנדהאפטיגקייט און פון צווייטן זיי זענען זיי מסופק אין זייערע כוונות און זייערע וועגן וויאזוי זיי האנדלען. זיי שפירן די וועלט ווי שטארק סטראשענדיג. די זאך שאפט ביי זיי א געפיל פון אוממעכטיגקייט, און און זיי זאלן זיך נישט קענען פארמעסטן מיט די וועלט, וואס קען זיך דערפירן צו א דעפרעסיע און א פארביטערונג. זיי האבן א גרויסע קענטעניס צו לערנען און צונעמען. זיי זענען פלייסיגע, טויגליכע, פונקטליכע און טלאנטפול צו ארגאניזירן. זיי האבן נישט ליב צו זיין אליין און שעפן זייער גאנצע מעכטיגקייט און זעלבסטזיכערונג פון אינדרויסן. דער זיין צווישן מענטשן פאקלענערט זייער שרעק און אומזיכערונג וואס זיי פילן. עס זענען דא צוויי סארטן זעקסערס: 1. די ציטערדיגע, וואס ציען זיך אויף צוריק פון דעם שרעק. 2. די אומציטערדיגע, וואס שלאגן זיך דירעקט און דרייסט מיטן שרעק.
7 - דער ענטוזיאסטישער
די זיבענערס זענען ענטוזיאסטישע, אויפגעלייגטע און פרייליכע. זייער בליק אויף די וועלט איז, אז די וועלט איז אנגעפולט מיט געלעגנהייטן. זייענדיג אויף א געזונטע שטאפל וועט זייער געברויך צו זיין אויפגעלייגט זיי פירן צו עקספלאדירן די וועלט און הנאה האבן פון וואס זיי געפונען, און פון דעם וועלן זיי ארויסנעמען זייער פרייליכקייט, דאס וועט צוברענגען אז זייער געברויך צו זיין צופרידן וועט ווערן דערגרייכט. אבער די נעגאטיווע טייל איז אז זיי טוען דאס נאר ווייל זיי ווילן דערמיט אנטלויפן פון נעגאטיווע געפילן און רעאליטעט. זיי זארגן אייביג אז זייער לעבן זאל זיין פאר זיי פול מיט חיות און אינטערעסאנטקייט. זיי זענען די סארט מענטשן וועלכע קוקן שטענדיג אויפן צוקונפט, זיי רוען דערפאר קיינמאל נישט, ווייל שטענדיג טראכטן זיי אז עפעס בעסערס ווי יעצט, ערווארט זיי שפעטער. זיי זענען אויך איבערגעפילט מיט מעלות און גוטע חלקים. זיי זענען זייער שנעלע טראכטער. זיי זענען אייביג פארנומען מיט מאכן און אויסשטעלן וואס און וויאזוי עס וועט זיין. א גרויס חלק פון 7'ערס זענען פול מיט טאלאנטן, שעפעריש און אויסטרעפעריש. אלס ענטוזיאסטן טראכטן זיי נאר פון די גוטע חלקים פון יעדע זאך; זיי ווילן נישט זען –אויף קיין שום וועג‐ ווי מענטשן קוקן אויף די שלעכטע חלקים פון דער מענטשהייט. זיי זענען זייער פראקטישע מענטשן, און זיי קענען זייער גוט פארקויפן און מסביר זיין פאר אנדערע מענטשן זייער שיטה און מהלך, און דערמיט אריינברענגען זייער ענטוזיאזם אין די מענטשן מיט וועמען זיי קומען אין בארירונג ווען דער 7'ער זאל ווען קאנצעטרירן זיינע טאלאנטן אין א געוויסע ביזנעס פעלד, וואלט ער געווען גאר שטארק סוקסעספול, דער פראבלעם איז נאר אז קאנצעטרירן און צילן צו א ציל איז נישט גרינג פארן 7'ער; ער גלייבט דאך אז עפעס בעסער קען קומען 'יעדע ליאדע מינוט', עס איז אים שווער צו פארשמעלערן זיינע אפציעס און אויפארבעטן וויפיל ער האט יעצט, ווייל "פארוואס זאל איך זיך פלאגן פאר אומזיסט? כ'גיי דאך באקומען פרישע מעגליכקייטן באלד"!.
דער הויפט פראבלעם פונעם 7'ער איז אז זיין שטופ צו פארגעניגן און 'ענזשוימענט' איז קאמפולסיוו. דער 7'ער האט אין זיך א שטענדיגע פחד פון נעגאטיווע מחשבות איבער זיך, זיי ווילן נישט קיינמאל טראכטן אז זיי זענען נישט גוט, און דעריבער זוכן זיי דאס אויסצומיידן דורך אוועקלויפן פון מחשבה און זיין פארנומען, אזוי ארום נישט צו דארפן טראכטן. זיי וועלן דעריבער לויפן א גאנצן טאג און פרובירן צו בארואיגן זייער שרעק פון דארפן טראכטן, און דאס איז טאקע די סיבה פארוואס 7'ערס זענען מער אויסגעשטעלט צו ווערן 'עדיקטעד' צו סיי וועלכע זאך, צי איז דאס 'שאפינג', 'געמבלען', 'דראגס' און ארגערס.
זיבענערס האבן א שטארקע מיינונג איבער זיך. זיי צילן נאר צו זייערע מעלות און טאלאנטן, און זיי פרובירן צו באהאלטן זייערע שוואכקייטן. וויבאלד זיי זענען אזוי, קענען זיי שווער פארשטיין אנדערע מענטשן וועלכע פלאגן זיך מיט פראבלעמען, פיזישע ווי גייסטישע, ווייל זיי האבן דאך –כלומרשט נישט קיין שום פראבלעמען, זיי פארהוילן דאך פון רעאליטעט. דאס אוועקפליען פונעם רעאליטעט פון נעגאטיווע עמאציעס און שלעכטע געפילן, איז דער באראמעטער איבער די גייסטישע געזונט מצב פונעם 7'ער: ווי שטארקער ער זוכט צו אנטלויפן פון רעאליטעט, און זוכט זיך צו בויען אויף לופט און צייטווייליגע פארוויילונג, אלס שטארקער וועט זיין דער אויסברוך ווען ער וועט, מיט געוואלד, אריינפאלן אין רעאליטעט; עס קען אים פירן צו שטארקע דעפרעסיעס און ענקזייעטי.
8 -דער דאמינירער
די אכטערס זענען קאנטראלירערס, פירערס, אומאפהענגיגע און דאמינירערס. זייער גוטער טייל איז אז זיי נעמען אייביג איבער דעם רעדל. אבער די נעגאטיווע טייל איז אז זיי טוען דאס בלויז ווייל זיי ווילן נישט ווערן געפירט דורך אנדערע. אנטשולדיגט, דו וועסט מיר נישט זאגן וואס צו טון! קענסט זיין א צווייטנס באלעבאס! די און ענליכע ווערטער וועט איר זייער אפט הערן פונעם 8'ער, ווייל דער 8'ער וויל נישט ווערן קאנטראלירט דורך אנדערע. אבער נישט ווייל ער וויל זיך אויפפירן ווי א חיה פון וואלד; ער האלט אז ער קען אליינס. אבער נישט נאר דורך אנדערע מענטשן וויל ער נישט קאנטראלירט ווערן; ער האט אויך נישט ליב ווען זיינע מצבים קאנטראלירן אים, ער וויל זיין גענצליך בעה"ב און אין קאנטראל אויף זיין מצב. זייער שטארקע פחד אז אנדערע זאלן זיי נישט קאנטראלירן, וועט ברענגען דערצו –אלס קאנטער‐רעאקציע‐ אז ער זאל קאנטראלירן אנדערע. אויב דער 8'ער איז א געזונטער מענטש –פון גייסטישן שטאנדפונקט‐ וועט ער דאס נישט ארויסווייזן, אבער עס ליגט אין אים און עס קען יעדע ליאדע מינוט אויסברעכן, וואס דאן ווערט ער דאמינירנד און פארלאנגעריש אויף גאר א שלעכטן אופן. אכטערס האבן זייער שטארקע אינסטינקטן און פיזישע אפעטיטן, וואס זיי ווייזן ארויס אנע בושה אדער שולד געפילן. זיי ווילן זייער אסאך ארויסנעמען פון זייער לעבן און זיי האלטן אייביג אז זיי זענען פולקאם גרייט צו עררייכן אלעס וואס פארשמעקט זיי. זיי דארפן דעריבער זיין פינאנציעל‐אומאפהענגיג, דאס מיינט אז זיי דארפן אליינס פארדינען זייער געלט, פון ארבעטן פאר זיך; נישט אונטער א צווייטן –זיי קענען נישט ארבעטן אונטער א בעה"ב. ליבשאפט און צו שטארקע נאנטקייט איז סם פארן 8'ער, ווייל ביי ליבשאַפט פארלאנגט זיך אפט צו לאזן געפירט ווערן דורך א צווייטנס געפילן, און דאס איז דאך איינס פון די שטערקסטע פחדים פונעם 8'ער. אבער ווען ער געטרויעט איינעם, און –פארשטייט זיך‐ ער ווייסט קלאר אז יענער איז אונטער אים, נישט פארקערט, וועט ער ווערן זייער נאנט מיט יענעם, און יענער וועט בענעפיטירן דערפון אויך, ווייל ווען דער8'ער איז אין קאנטראל, נעמט ער זייער גוט 'קעיר' פון זיינע מענטשן.
דער 8'ער איז זייער אויסגעשטעלט צו ווערן שנעל אין כעס. ווען ער ווערט וויי געטון, פארלירט ער זיין באלאנס און ער ווערט אויפגערעגט אזש ס'איז א פחד צו שטיין אין זיינע ד' אמות. עס זענען בכלל דא 8'ערס וואס זענען גרוילליך‐אגרעסיווע מענטשן [וואס דאס קומט פון זייער שטענדיג פחדים אז א צווייטער זאל זיך נישט וואגן זיי צו קאנטראלירן] און זיי האבן א הנאה פון טשעפען מיט אנדערע מענטשן וועמען זיי קוקן אן אלס שוואך און נאריש. די סארט 8'ערס קענען זיין ברוטאל און סכנה'דיג.
9 - דער הארמאניסט
די ניינערס זענען רואיגע און פרידליכע מענטשן. די פאזיטיווע טייל פון זיי איז אז זיי זוכן שלום און הארמאניע. און די נעגאטיווע טייל איז אז א 'טשעינזש' קענען זיי נישט פארנעמען, עס שטערט זיי די רואיגקייט. א מענטש פון דעם סארט כאראקטער, וויל אייביג זיין רואיג און בשלום, ער האט נישט ליב קיין קאנפליקטן. נישט נאר מיט אנדערע מענטשן זוכט ער צו לעבן אין הארמאניע, נאר אין זיך זעלבסט זוכט ער אויך אייביג נישט אנצואווערטשאפטן קאנפליקטן און ספיקות, אזוי צו טון אדער אזי צו טון. אלס רעזולטאט דערפון וועט ער –ווען ער וועט זען אז עס קומט א מצב וואו עס וועט אויסברעכן א קאנפליקט [סיי אין זיין אייגענעם מח, סיי מיט אנדערע] וועט ער אויפהערן צו לעבן, פשוט און פראסט, ער וועט נישט זוכן א לעזונג דערפאר, ווייל אויב עס איז אריינגערעכנט קאנפליקטן קען ער דאס נישט אויסהאלטן, ער וועט ענדערש אויפגעבן אינגאנצן.
כאטש עס זענען דא 9ערס וואס פירן מער א אקטיווע און סאציאלע לעבנסשטייגער, דאך וועלן זיי אייביג זיין 'ארויסגעסיינט' און נישט‐צום‐באקומען ווען עס קומט א קאמפליצירטע מצב, כאילו דאס וועט זיי ראטעווען פון שווערע מצבים אין זייער לעבן און זיי דערלאנגען פרידליכקייט און רואיגקייט. דער 9ער וועט אייביג זוכן מיטצוגיין מיטן שטראם, ער טוט דאס וויבאלד אזוי איז ער מער באשיצט פון אינערליכע און אויסערליכע קאנפליקטן, אבער דאס שטעלט זיך ארויס אלס מעלה פאר אים, ווייל ער לעבט דעריבער זייער גוט מיט אנדערע מענטשן. בכלל איז דער 9'ער היפש באליבט ביי זיינע ארומיגע און נאנטע פריינט. ער געטרויעט אזעלכע מענטשן וועלכע זעען נאר גוטס אין אנדערע. ער האט אן אפטימיסטישן ציל אין לעבן, ער האלט אז אלעס וועט זיך אויסארבעטן און פאלן אין פלאץ. ער האט ער זייער ליב נאטור, וועלדער און פעלדער, און ער האט א סאלידע און רואיגע צוגאנג צו אנדערע, רוב 9ערס זענען דעריבער געלונגענע עלטערן פאר זייערע קינדער. דאס ערגסטע איז פארן 9'ער ווען עס קומט צו 'טשעינזש', ווען עפעס, א מצב, א צייט, א סביבה טוישט זיך קען ער עס גאר שווער פארנעמען, ווייל ער האט דאך מורא אז מיטן נייעם מצב וועט קומען פרישע קאנפליקטן. ווען דער 9'ער איז שוואך, אין גייסטישן זין פון ווארט, קען 'טויש' אים זייער שווער אפעקטירן.
מען קען זיך טועה זיין און טראכטן אז דער 9ער איז אזוי ווי דער 4'ער. אבער ווען מען וועט גוט אריינטראכטן, וועט מען זען אז דאס וואס דער 9'ער האט ליב נאטור און שטילקייט איז נישט ווייל ער וויל דערמיט עפעס אויסמיידן און דאס איז זיין לעבנססטיל; ער האט דאס ליב ווייל דארטן איז רואיג און הארמאנירט. אין צוגאב צום פאקט אז דער 9'ער –ווי געשריבן‐ איז א מענטש וועלכער גייט מיטן שטראם, אנדערש ווי דעם 4ער וועלכער גייט –אומווילנדיג‐ קעגן דעם שטראם.
דרויסנדע לינקס
רעפערענצן
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!