רוי:יעקב תלמוד
הרב יעקב תלמוד (י' טבת ה'תרמ"ה - י"ט תשרי ה'תשכ"ד), איז געווען א חסידישער קאמפאזיטאר וואס האט קאמפאזירט ניגונים פארן גערער הויף.
ביאגראפיע
יעקב תלמוד איז געבוירן געווארן עשרה בטבת תרמ"ו אין ווארשע אין א משפחה פון גערער חסידים. זיין פאטער איז געווען א האלץ סוחר און א תלמיד חכם; ער איז נפטר געווארן יונגערהייט.
ער האט עוסק געווען אין מסחר און אויך אין עסקנות פארן חרדישן ציבור אין פוילן. מען האט אים געוויילט א דעלעגאט פון פוילן אין דער ערשטער קאנווענץ פון אגודת ישראל וואס איז פארגעקומען אין פראנקפורט, און ער האט עטליכע מאל באזוכט ארץ ישראל. אין תרצ"ג איז ער אנגעקומען אין ארץ ישראל זיך צו באזעצן דארט, און ער האט געהאלטן פארשידענע אמטן און ארבעט דארט. ערשטנס האט ער פרובירט עפענען א רעסטאראן (מיטן נאמען "אגודת ישראל"), א וועשעריי, און ענדלעך האט ער באקומען ארבעט ווי א משגיח אין דעם אסף הרופא שפיטאל.
לאנגע יארן איז יעקב תלמוד געווען דער קאמפאזיטאר און מוזיקער פונעם גערער הויף, בעיקר אין ארץ ישראל, און ער האט קאמפאזירט העכער פון 1000 ניגונים פון פארשידענע סארטן. זיינע ווערק האט ער ארויסגעגעבן בעיקר צווי מאל אין יאר,פאר שבועות און פאר די הייליגע טעג. א גאנץ יאר ניצט מען די ניגונים פאר געוויסע טיילן פונעם דאווענען (לכה דודי, א-ל אדון, און זמירות.[1]
יעקב תלמוד האט געוואוינט אין תל אביב. ווען איז געווען קראנק איז דער גערער רבי געקומען באזוכן אים אין שפיטאל. ער איז נפטר געווארן די פערטע נאכט פון חול המועד סוכות, תשכ"ד. טויזנטער מענטשן האבן משתתף געווען אין זיין לוויה[2]. אזוי ווי זיין יארצייט געפאלט קורץ פאר שמחת תורה האט מען איינגעפירט אין גער צו זינגען זיינע ניגונים יעדע יאר ביי די הקפות.
דרויסנדע לינקס
רעפערענצן
- ↑ יעקב מזור, מוזיק אינעם גערער הויף און געזאנג ביים דאווענען, הזמנה לפיוט וועבזייטל (העברעיש)
- ↑ לויט די באריכטן פון די צייטונגען דעמאלסט
ביבליאגראפיע
- חיים תלמוד, מלחין לבית גור, תל אביב
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!