רוי:ירושלים יצחק נבון באן סטאנציע

פון המכלול
ווערסיע פון 12:59, 21 אפריל 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "==\s?וועבלינקען\s?==" ב־"==דרויסנדע לינקס==")
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ירושלים יצחק נבון באן סטאנציע
לאקאציע
לאקאציע שדרות שז"ר 6, ירושלים
סטאנציע-אינפארמאציע
פעראנען 4
באדינונגען
  פריערדיגע סטאנציע    מדינת ישראל באנען     פאלגנדע סטאנציע  
סוף-סטאנציעירושלים ליניע

בן-גוריון פליפעלד באַן סטאַנציע איז אן אונטערערדישע פאסאזשירן סטאנציע פון מדינת ישראל באנען וואס געפינט זיך ביים מערב אריינגאנג אין ירושלים. די סטאנציע איז געבויט געווארן ווי דער מזרח סוף-סטאנציע פון דער עלעקטרישע גיכבאנליניע קיין ירושלים. די סטאנציע איז צווישן בנייני האומה און דער ירושלים צענטראלע בוס סטאנציע, אונטער א טראם סטאנציע פון דער ירושלים לייכטע באן.

היסטאריע

די סטאנציע איז געעפנט געווארן דעם 25סטן סעפטעמבער 2018. די פעראנען זענען 80 מעטער אונטער דער ערד און זענען פארבונדן דורך א טונעל מיט א גרויסן בריק איבער דעם ארזים טאל.

די סטאנציע איז פארבונדן מיט דער נאציאנאלע באן נעצווערק אבער נאר עלעקטרישע באנען באדינען די סטאנציע. דאס ערשטע יאר זענען די באנען געפארן נאר ביז בן-גוריון פליפעלד. מוצאי שבת וישב תש"פ, א נאכט פאר חנוכה, האט אנגעהויבן די באדינונג אויף דער פארלענגערטער רוטע קיין תל אביב ההגנה. לויטן פלאן גייט מען פארלענגערן די ליניע נאך ווייטער קיין תל אביב צענטראל און הרצליה.[1]

צוקונפטדיקע פראיעקטן

פארלענגערן די אייזנבאן מזרח צום כותל

לויט אן ערשטיגן פלאן פון מדינת ישראל באנען, וועט די אייזנבאן ווערן פארלענגערט אין דער מזרחדיקער ריכטונג, צו צוויי נייע סטאנציעס, אין צענטער פון דער שטאט און אונטער דעם כותל מערבי פלאץ. די ירושלים צענטראל באן סטאנציע וועט זיין פלאצירט טיף 50 מעטער אין געגנט פונעם דאווידקע סקווער.[2]

באדינונג

  • יעדע שעה פארן ארויס צוויי באנען קיין תל אביב.


רעפערענצן


דרויסנדע לינקס

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!